בינארישע אפעראציע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אין מאטעמאטיק, איז א בינאַרישע אפעראַציע א פעולה וואס ווערט אויסגעפירט צווישן צוויי עלעמענטן אין א סכום (לאו דווקא צוויי באזונדערע עלעמענטן). מער פארמאל: א בינאַרישע אפעראַציע איז א פונקציע פון די געארדנטע פארן פון עלעמענטן פון א סכום צום סכום; אין מאטעמאטישע סימבאלן: פארן סכום \ S איז א בינאַרישע אפעראַציע א פונקציע \ f: S\times S \to S. טיילמאל איז \ f א טיילווייזע פונקציע, ווי למשל, מען קען נישט צעטיילן מיט נול.

צוגאב, אראפנעם, טאפלונג און צעטיילונג זענען באוואוסטע בינאַרישע אפעראַציעס. אויך מאטריץ־טאפלונג איז א בינאַרישע אפעראַציע.

בינאַרישע אפעראַציעס זענען די באזע פון אלגעברעישע סטרוקטורן וואס מען פארשט אין אבסטראקטער אלגעברע. ביישפילן פון סטרוקטורן מיט בינארישע אפעראציעס זענען גרופע, רינג און פעלד.

אפטמאל צייכנט מען א בינאַרישע אפעראַציע מיטן סימבאל צווישן די צוויי עלעמענטן ("אינפֿיקס"), למשל, דער צוגאב אפעראטאר \ + שרייבט מען \ a+b, נישט אין פונקציאנעלער נאטאציע \ +(a,b).

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: בינארישע אפעראציע