צעטיילונג

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
20: 4=5

צעטיילונג אדער חילוק איז איינע פון די גרונט רעכענונגען פון אריטמעטיק. זי איז די פארקערטע אפעראציע פון טאפלונג.

דעפיניציע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין דעם פעלד פון ראציאנאלן, רעאלן אדער קאמפלעקסע צאלן: פאר יעדער צאל a און יעדער נישט נול צאל b, געפינט זיך גענוי איין צאל x וואס לייזט די גלייכונג

b \cdot x = a   (וואס מען ליינט „b מאל x באטרעפט a“ ).

אין דעם פאל זאגט מען אז xאיז די צאל וואס מען באקומט ווען a ווערט צעטיילט דורך b. אין סימבאלן:

x = a : b\,   (וואס מען ליינט „ a צעטיילט דורך b באטרעפט x“ ).

מען שרייבט אויך

x = a / b\,

צעטיילן דורך 0 איז נישט מעגלעך.