אעראפלאנען שיף

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

א פליגער טרעגער איז א שיף, וואס איז גאר גרויס און ברייט צו קענען אקאמאדירן עראפלאנען, און א לאנדונגס ליניע פאר די עראפלאנען, וואס פליען ארויף צו אראפ.

די לענג פון אזא מאסיווע שיף איז ווייניגסטנס הונדערט מעטער, (300 פיס), די גרעסערע דערגרייכן 300 מעטער (איבער 900 פיס). רוב עראפלאנען אויף די שיפן, זענען קאמפס עראפלאנען, און אטאקיר עראפלאנען. אין רוב שיפן וועט אויך זיין פלאץ פאר העליקאפטערן. אויף אזא שיף דינען טויזנטער מאטראזן, און פארמאגט אלצדינג, וואס רעכנט אריין, אויפצוהאלטן א קליינע שטאט, ווי ראדיא, טעלעוויזיע, און ערטער צו דאווענען, פאר רעליגיעזע מענטשן.

וויבאלד די שיף איז גאר גרויס, און איר זעלבסטשוץ איז א שוואכע, האט יעדע פליגער טרעגער, א גאנצע פלאט פון קריגס שיפן, קליינע און גרויסע, וואס באשיצן די שיף פון אטאקעס. ביי דער צווייטער וועלט קריג און נאכדעם, איז די שיף געווארן א גאר וויכטיקע געצייג פאר א מיליטער, וואס האט אזא שיף, און א ים פלאט וואס באנוצט זיך מיט דעם.

אין יאר 2009, זענען 9 לענדער גערעכנט געווארן, וואס פארמאגן אזא שיף. די פאראייניקטע שטאטן עלף. בריטאניע און איטאליע, האבן צוויי יעדער פאר זיך. רוסלאנד, אינדיע, בראזיל, טיילאנד, פראנקרייך, און שפאניע, איינס יעדער פון זיי.

דער אמעריקאנער ארמיי, וועלכע האט 11 אזעלכע שיפן, האט 10 פון די נימיץ פליגער טרעגער סעריע. די פאראייניגטע שטאטן, האט ארום טויזנט פליגערס אויף די שיפן. בריטאניעס שיפן האבן פלאץ, פאר 50 עראפלאנען, איטליכער פון זיי.