אברהם לייטנער

פֿון װיקיפּעדיע

הרב חנינה אברהם לייטנער (תר"ץ - י"ח חשוון ה'תשס"ח) איז געווען א רב אין מאנטעווידעא, אורוגוויי. ער איז געווען א גרויסער תלמיד חכם. ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, ברוקלין, און איז געווען אנגענומען אלס רב ומורה צדק ביי די סאטמארער קרייזן.

ער איז געווען באטראכט אלס א חשובער רב בשעת ווען ר' יואל האט געלעבט וואס איז געווען א חסיד נישט נאר א סימפאטיקער עס איז געווען א מנהג פון ר' יואל מיט אים צו שמועסן איבער עניני הנהגה יעדן טאג בשעתן צאמלייגן טלית און תפילין.

ער איז געווען א תלמיד פון רב דושינסקי.

ער איז געווען דער פירער פון די מער עקסטרעמע, פרומע קרייזן אין סאטמאר, ווי דער בני יואל.

האבנדיג געווען פון די שווארצע ביים לעבן פון סאטמארער רב. זיי זענען געווארן אנגערופן "שווארצע" דורך דעם דעמאלסדיגן ראש הקהל פון סאטמאר, איז ער געווען פון די גרעסטע חסידים פון ברך משה, וואס כידוע האבן די אלגעמיינע סאטמארע פרומע און נאנטע צו פאוער זיך קעגן געשטעלט די ברך משה. אחוץ די פרומע שווארצע וואס זיי זענען געווען נרדפים פון אלטן הנהגה האבן זיי זיך געפרייט צו קענען צוריק קומען קיין סאטמאר.

אבער ביי די פרשה פון ווען די ברך משה האט געזאגט אויפן קאשוי רב אז ער איז משוגע האט ער זיך צוקריגט מיטן ברך משה און אנגעהויבן צו שטיצן די שונאים פון ברך משה צו יעדן געלעגנהייט אבער נאר באהאלטן ביז די סקול דיסטריקט פרשה איז אלעס ארויסגעקומן אויף די אפענקייט, ווען פורים כטוב לב המלך ביין בעת משתה היין, אינמיטן די באקאנטע הייסע קאכעניש, ווען דער רבי ר' משה טייטלבוים איז געווען גאר ברוגז אויף אים, האט אים דער ברך משה אנגערופן, נישט שיינע ...

אבער מען מוז צולייגען כמה פעמים ווען ער איז גאר שטארק מיט געשטאנען מיט די ברך משה ביי געוויסע שווערע מערכות וואס סאטמאר האט געפירט אקעגין די וועלט, למשל ווען סאטמאר האט זיך געקריגט מיט ליבאוויטש און חבד האט זייער אינטערגעריסען און כפר חבד הרב אברהם האט אלע סאטמארע דיינים ארויס זייער שטארק זיך אנעמען פאר כבוד התורה זייענדיג א אינגערמאן מיט א רעספעקט ווי א רב פון די אלטען דור, אויכעט ביי די מערכה וואס סאטמאר געפירט קעגין בעלזא איז ער געווען בראש המערכה צוזאמען מיט די ברך משה קאשוי רב און רבי לייבוש לייזער מפשעווארסק,

ביי די חלב פרשה איז ער אויך מיטגעשטאנען מיט די דיינים פון קהל יטב לב,

ער האט נישט מורה געהאט פון קיינעם וועען עס איז געקומען צום אמת

ווען דער ברך משה האט ממנה געווען זיין זון רבי זלמן לייב צו זיין דער ווילאמסבורגער רב איז רבי אברהם שלא כדרכו ארויס פון זיין וועג מחזק זיין די הנגהת התורה פון הרב זלמן לייב מיט זיין בית דין ער האט געזאגעט הייסע דרשות פון די גרויסע סיעתא דישמיא וואס דער ברך משה האט געהאט אהער צו שטעלן בנו החביב אויף די שטיל פון זיין פעטער דער מייסד הקהלה, און פון דעמאלט איז ער געווען א אפטע גאסט און סאטמאר פרייענדיג זיך צו זעהן ווי סאטמאר שפאנט אויף די אלטע אויסגעטרעטנע וועג, און רבי זלמן לייב האט זיך זייער גרעכענט מיט זיין מיינוג אלעס וואס באלאנג די עניני הקהלה וכו' ובפרט ווען די אנדערע צד איז געווען און קארט האט ער זייער מוחה געווען,

רבי מאטעלע וויזניצער שליט"א, דערציילט אז ער געדענקט דעם פאטער פון ר' אברהם אין דער שטאט גראסווארדיין. ער איז געווען אן ערליכער איד און פלעגט הויך שרייען "יהא שמיה רבה".

צווישן קראנטע רבנים, איז געווען באקאנט אז אויף ר' אברהם האט מען זיך געקענט פארלאזן אויף גאר האקעלע שאלות, - איין משל, אויף דער שאלה וועגן חתונה האבן מיט מינקת חבירו, וואס עפ"י הלכה דארף מען ווארטן צוויי יאר, כ"ד חודש, אויב וועגן סיבות וויל מען חתונה האבן פריער, דארף מען האבן רשות פון גדולי הדור. צווישן גדולי הרבנים, האט מען גערעכנט ר' אברהם'ן פון די גדולי הדור, אז ער איז געווען א בר סמכא צו ענטפערן אויף דער דאזיגער שאלה, וואס אנדערע רבנים האבן מורא, האבן זיי געשיקט צו ר' אברהם.

אין הלכות ריבית איז ער געווען א חד במינו מיט זיין קלארקייט ביז הלכה למעשה עס זענען געווען פעלער וואס דער טשאקעווער רב אין אנדערע האבן נישט געוואלט פסק'נען און ער האט געפסק'נט.

בערוב ימיו האט רבי אברהם געפירט צוויי הייסע מערכות איינס אקעגן דעם עירוב און ווילאמסבורג. און די צווייטע מערכה איז געווען אקעגן בויען הייזער פאר ארטיסטן און רבי אברהם האט געזאגט ארור האיש אשר יבנה ביתו לארטיסטן.

מיט זיין שטארקן קנאות האט ער געהאט אויפגערעגט אסאך אידן, איבערהויפט מיט זיין עקשנות'דיגן קאמף קעגן דעם קרית יואל סקול דיסטריקט. אבער ר' אברהם האט זיך נישט געשראקן, אזוי ווי עס שטייט ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה. זיינע קינדער האבן גאר שטארק געהיטן אויף אים ווייל ער האט געכאפט אמאל א נערווען בראך און האבן אים נישט געלאזט קעמפן, עס איז זיי נישט געלונגען אייביג אים צוריקצוהאלטן.

ער איז נפטר געווארן י"ח חשוון ה'תשס"ח. ביי זיין לויה האבען טויזנטער מלווה געווען. צווישן די מספידים איז געווען רבי זלמן לייב מסאטמאר. ער ליגט באגראבן אין דעם מאנטעוועדא'ער חלקה, וואס איז אינקארפארירט אין דעם בני יואל בית הקברות אין מאנרא, ניו יארק.