לדלג לתוכן

װיקיפּעדיע:פעסטשטעלן

פֿון װיקיפּעדיע
דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס.



פעסטשטעלן איז אן אפיציעלע גרונט פּאַליסי פון וויקיפעדיע.

זעה: װיקיפּעדיע:קראנטשאפט

דער צייכן וואס קען ווערן געשריבן אין וויקיפעדיע איז נישט אמת. דאס איז נישט גענוג, עס קען נאר זיין אין וויקיפדיע אויב מ'קען און מ'טוט טאקע אויפווייזן איר אמתדיגקייט.

  • יעדעס שטיקל אינפארמאציע איבער סיי וואס און וועמען, מוז האבן א מקור, אז נישט טאר מען דאס נישט שרייבן!
  • אומאפיציעל און צייטווייליג איז יא ערלויבט בלויז חסידישע און ליטווישע אינפארמאציע וואס מעגן געשריבן ווערן אן קיין מקור אלס אויסנאם. ווילאנג עס איז נישטא קיין לייקענונג אויף איר ווארהייט ווייל רוב זאכן וואס פאסירן ביי אידיש רעדענדיג מענטשן זענען דערווייל נאך נישט דאקומענטירט, נישט אין די חסידישע צייטונגען צוליב צענזור, און נישט אין די וועלט'ליכע צייטנוגען צוליב אומאינטערסאנטקייט פאר זיי וואס טוט זיך ביי אידן, מוז מיר האבן פעלזן פעסטע גיידליין וואס איז יא באגלייבט און וואס נישט. ווען אונזערע צייטונגען וועלן ווערן פארגעשריטן און באריכטן אינערליכע נייעס, וועלן מיר צוביסליך מוזן צולייגן מקורות, אז נישט וועט עס דעמאלטס מעגן אפגעמעקט ווערן.
  • חסידישע און ליטווישע לשון הרע: אן קיין מקור טאר מען עס נישט שרייבן. מיט א מקור ווענדט זיך נאר טאמער יענער איז גענוג פובליק דאן מעג מען. ווייל יעדער ווייסט דאס סיי ווי סיי, און עס איז פובליק פאקט. אז נישט טאר מען נישט און עס איז גאר הארב צו באשמוצן א פריוואטער מענטש.
  • יעדע סיי וואסארא אנדער פרידלעך ענין, אן קיין מקור, די סעקונדע וואס אויב בלויז איינער לייקענט איר אמת מוז מען דאס אראפנעמען.

יעדער איינער איז באגלייבט אויף צו לייקענען. אויב יענער איז נישט איינגעשריבן, אדער אפילו א וועטעראן איינגעשריבענער באנוצער וואס מ'זעהט אויף זיין לייקענונג אז ער מיינט נישט די אמת פון וויקיפעדיע נאר פערזענליכע אדער פארטייאישע נייגוגען. וועט מען אים מוזן פרעגן קלאר אין זיין רעדן בלאט, כדי צו זעהן אויב ער מיינט טאקע די טובה פון וויקיפעדיע. דער רגע וואס יענער קוקט אויס א פארברעכער וואס וויל סתם זאגן ליגענט, דארף מען דאס דעמאלט דורכארבייטן דורך א געוויסע וועג פון אריינמישן א דריטן באנוצער דאס צו שליכטן אזוי ווי זבל"א, ביידע מוזן מסכים זיין אויף יענעם דריטן אז ער איז טאקע אנגענומען אויף ביידע.

  • ביי חסידישע און ליטווישע אינפארמאציע, ביז ווילאנג קיינער לייקענט נישט קיין מציאות און עס איז נישט לשון הרע טאר מען דאס נישט אויסמעקן. ווייל וויבאלד רוב מאל זענען דאס סיי ווי סיי שרוי אין מחלוקת און אין אנערכיע, איז געווענליך אז איינער מעקט אן קיין לייקענונג איז ער פון איין זייט מחלוקת וואס ער שמעקט נישט אז מ'זאל ליינען עפעס וועגן זיין צד, דעריבער מעקט ער אויפן חשבון פון וויקיפעדיע, און אויב מען מעקט איז מען א וואנדאל ווייל רוב זאכן ביי חסידים האבן נישט קיין מקור, און דערווייל איז דאס דער גאנצער באשטאנד פון וויקיפעדיע און אויב מעקט מען דאס אן קיין חשבון איז אויס דער גאנצער וויקיפעדיע. קומט אויס אז פאר זיינע פערזענליכע אינטערעסן הארגעט ער אוועק פובליק אינפארמאציע וואס הייסט וויקיפעדיע.

אויב אן ארטיקל פעלט עפעס מקורות און קוקט אויס לויט אייך נישט צו זיין ריכטיג פאררעכט דאס און מעקט דאס לויט אייער פארשטאנד, אבער אויב זענט איר מסופק דערין שטעלט אריין דעם מוסטער {{פעלט מקורות}} אז אנדערע זאלן דאס פארעכטן ביטע נישט פארלאנגען קיין וואלן אנצומאכן איבעריגע מחלוקת מיט וואלן תיכף פאר מען האט נאך געהאט א געלעגנהייט דא דורכטאן.

פאליסיס
פרינציפן

פינף זיילן
וואס וויקיפעדיע איז נישט

ארטיקל סטאנדארטן

נייטראל
צייגט מקורות
ביאגראפיעס פון לעבעדיגע מענטשן
נאמען פון ארטיקל

צוזאמענארבעט מיט אנדערע

זיך אויפפירן העפליך
קאנסענסוס
קיין פערזענלעכע אטאקעס
לייזן מחלוקת'ן