רוימישע אימפעריע
די רוימישע אימפעריע איז געווען א גרויסע אימפעריע מיט א הויפטשטאט אין רוים, און געהערשט דורך א קייסער. דער ערשטער קייסער פון רוים איז געווען אויגוסטוס (דער אנגענומען זון פונעם דיקטאטור יוליוס קייסער), פונעם יאר 27 פאר דער נוצרישער ספירה פריער איז רוים געווען א רעפובליק געהערשט פון א ראט וואס האט געהייסן דער "סענאט".
א סאך היינטיגער לענדער געפינען זיך אין ערטער וואס זענען אמאל געווען אין דער רוימישער אימפעריע, איינשליסנדיג ענגלאנד (אבער נישט סקאטלאנד), שפאניע, פארטוגאל, פראנקרייך, איטאליע, גריכנלאנד, טערקיי, דייטשלאנד, עגיפטן, און דער צפון בארטן פון אפריקע. די שפראך פון דער רוימישער אימפעריע איז געווען לאטיין. דער מערב טייל פון דער רוימישער אימפעריע האט געהאלטן כמעט 1000 יאר, און דער מזרח טייל, כולל גריכנלאנד און טערקיי האט געדויערט נאך טויזנט יאר. דער מזרח טייל האט געהייסן די ביזאנטישע אימפעריע מיט איר הויפטשטאט קושטא.