אויגוסטוס

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אויגוסטוס

אויגוסטוס (גייוס יוליוס קייסאר אויגוסטוס, לאטיין: Gaius Julius Caesar Augustus, ‏23סטן סעפטעמבער 63-19טן אויגוסט 14) איז געווען דער ערשטער רוימישער קייסער. אין זיינע טעג איז רוים געווארן פון א רעפובליק אן אימפעריע. ער האט איבערגענומען די הערשאפט פון רוים נאך דעם מארד פון זיין אדאפטירטן פאטער יוליוס קייסער.

ער איז געבוירן געווארן אין אן אלטער רייכער פאמיליע מיטן נאמען גייוס אקטאוויוס. אין יאר 44 פאר דער ציווילער רעכענונג האט מען דערהרג׳עט זיין עלטער־פעטער יוליוס קייסער. אין קייסער׳ס צוואה איז אקטאוויוס דערמאנט אלס זיין אדאפטירטער זון און יורש; מיט דעם האט ער גע׳ירשנט קייסער׳ס נאמען, זיין מאיאנטעק און די געטריישאפט פון זיינע זעלנער. צוזאמען מיט מארקוס אנטאניוס און מארקוס לעפידוס, האט ער געשאפן דעם צווייטן טריאומוויראט כדי צו זיגן די דערהרג׳ער פון קייסער. נאך זייער זיג אין דער קאמף פון פיליפי, האבן זיי צעטיילט די רוימישע רעפובליק צווישן זיך און יעדער איינער האט געהערשט אויף זיין טייל ווי א דיקטאטאר. ענדלעך האט זיך דער טריאומוויראט געפלאצט ווייל יעדער איינער האט געוואלט זיין דער ׳ערשטער׳; לעפידוס איז געווארן פארטריבן אין גלות אין יאר 36- און אקטאוויוס האט געזיגט אנטאניוס ביים קאמף פון אקטיאום אין יאר 31-.