קאמאלא העריס

פֿון װיקיפּעדיע
קאמאלא העריס
Kamala Harris
געבורט 20 אקטאבער 1964 (אלט 59)
אויקלאנד מעדיצין-צענטער, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פארטיי דעמאקראטישע פארטיי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאמיליע פון קאמאלא העריס דינאסטיע
49טער וויצע-פרעזידענטקע פון די פאראייניגטע שטאטן
20 יאנואר 2021 – אמטירט
(3 יאָרן און 5 וואָכן‎)
אונטער פרעזידענט דזשאו ביידן
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

קאַמאַלאַ דעווי העריס (ענגליש: Kamala Devi Harris; געבוירן דעם 20סטן אקטאבער 1964) איז אן אמעריקאנער פאליטיקאנט, און דער 49סטער וויצע־פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. זי איז אן אדוואקאט וועלכע האט געדינט אלס סענעטארשע פון קאליפארניע. זי איז די דריטע פרוי אין דער היסטאריע צו ווערן נאמינירט פאר דער פאזיציע מטעם איינע פון ​​די צוויי הויפט פארטייען, און די ערשטע פרוי אין היסטאריע צו דינען אלס וויצע־פרעזידענט

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זי איז געבוירן אין אקלענד, קאליפארניע.

זי האט שטודירט אין האווארד אוניווערסיטעט, און נאך.

זי האט אנגעהויבן איר פאליטישע קאריערע אלס געהילף פאר'ן דיסטריקט-פראקוראר אין סאן פראנציסקא, פון וואו זי איז געשטיגן אין ראנג, צו אנדערע פאזיציעס, ביזן ענדגילטיג אליינ'ס ווערן ערוויילט אלס דיסטריקט אטורני פון קאליפארניע.

שפעטער איז זי געלאפן און געוואונען א זיץ אינעם סענאט. זי איז געווען די צווייטע אפריקאנער אמעריקאנער פרוי און ערשטער אזיאנער אמעריקאנער צו דינען אין די סענאט.

אין די 2020 פרעזידענט־וואלן איז זי געלאפן אלס פרעזידענט קאנדידאט אויף דער דעמאקראטן ליניע, זי האט געמאכט אינטערנאציאנאלע העדליינס, בעפאר זי האט זיך ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט.

זי איז שפעטער אויסגעקליבן געווארן דורך דזשא ביידן אלס מיטלויפערין.