פרוכט
פֿרוכט, אין באָטאַנישן זין, איז אַ טײל פון דער פֿלאַנץ, װאָס האָט די אַחריות פֿאַר דער פֿאַרשפּרײטונג פֿון די קערנדלעך. אין לאַנדװירטשאַפטלעכער און קולינאַשער שפּראַך פֿרוכט, אָדער אױבסט, איז אַ זיסער פלאַנצלעכער עסנװאַרג װאָס מעג זײַן אַ אמתע פֿרוכט, אָדער אַן אַנדער טײל פון די פלאַנץ. עפּל, צום בײַשפּיל, זײַנען אמתע פרוכטן, אָבער טרוסקאַװקעס זײַנען נישט קײן אמתע פֿרוכטן.
די פֿרוכט העלפֿט צו פֿאַרשפּרײטן דיִ קערנדלעך אין פֿאַרשײדענע אופֿנים: װען אַ פֿרוכט איז פֿליישיג, שײן און זיס, קומען חיות און פֿרעסן די פֿרוכט, און דורך זײער צואה קומען אַרױס די קערנדלעך. אַנדערע פֿרוכטן באַהאַפֿטן זיך צו פֿעל פֿון חיות און אַנדערע האָבן פֿליגעלעך (װי די פֿרוכטן פֿונעם מײפּל-בױם) און װערן געטראָגן פֿונעם װינט.
רוב פֿרוכט וואס מען עסט האבן א סאך וואסער, נאטירלעכן צוקער און אייזן.
פֿרוכט וועלכע וואקסן אויף א בוים אדער אויף דער ערד, גייען אריין אינעם סארט פון פרוכט. עס קומט מיט קערנדלעך אינדערמיט.
עס האט פֿארשידענע שיינע קאלירן צו ציען די אויג איר צו עסן.
פֿרוכט איז א נארהאפֿטיגער מאכל, עס איז זיס און געשמאק.
פֿרוכט איז א גוטער נאש.
און פֿון דעם מאכט מען גוטן קאמפאט.
אויפֿבוי
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א פֿרוכט באשטייט פון איין אדער מער זוימען ארומגענומען מיט א וואנט, דעם פעריקארפ. דער פעריקארפ האט דריי שיכטן: עקסאקארפ – אויסנווייניקער שיכט
מעסאקארפ – מיטלער שיכט
ענדאקארפ – אינעווייניקער שיכט
למשל, ביי פֿערשקעס און פֿלוימען איז דער הארטער קערן (וואס אנטהאלט דעם זוימען) דער ענדאקארפ, דער מעסאקארפ איז דער טייל וואס מען עסט, און דער עקסאקארפ איז דער שאלעכץ.
באטאניק | ||
---|---|---|
צווייגן פון באטאניק | ||
פלאנצן | ||
פלאנץ טיילן | ||
פלאנץ צעלן |
| |
פלאנצן רעפראדוקציע | ||
פלאנצן טאקסאנאמיע | ||
גלאסארן | ||