סענדיי ערדציטערניש
קאארדינאטן: 38°19′N 142°22′E / 38.317°N 142.367°E
דער סענדיי ערדציטערניש האט פאסירט דעם 11טן מערץ 2011 14:46 (אויפן יאפאנישן זייגער) קעגנאיבער דעם צפון-מזרח בארטן פון האנשו אינזל, דער גרעסטער אינזל פון יאפאן, נאענט צו דער שטאט סענדיי (Sendai). די שטארקייט פונעם ערדציטערניש איז באשטימט צומערשט ווי 8.9,[1] שפעטער דערהיינטיגט צו 9.0 דורך דער מעטעאראלאגישער אגענטור פון יאפאן.[2] דאס ווערט גערעכנט דער שטערקסטער ערדציטערניש אין יאפאן אין די לעצטע 140 יאר[3] און נאך דער דערהיינטיקונג פון דער שטארקייט – דער פערטער שטערקסטער אין דער וועלט זייט מען האט אנגעהויבן מעסטן ערדציטערנישן. דער ערדציטערניש האט גורם געווען צונאמי כוואליעס הויך 10 מעטער וואס האבן געשלאגן די בארטנס פון האנשו. צונאמי ווארענונגען זענען געגאנגען צו כמעט אלע לענדער אויפן פאציפישן אקעאן, צווישן זיי די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, טשילע.[4]
מער ווי 10500 מענטשן זענען געשטארבן פון די ערדציטערניש און צונאמי.
איינע פון די שווערע תוצאות פונעם ערדציטערניש איז געוון שטארקע שעדיגונגען צו די קערנדיקע קראפט סטאנציעס.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ עמוד רעידת האדמה באתר USGS (אויף ענגליש)
- ↑ http://www.ynet.co.il/Ext/Comp/CdaNewsFlash/0,2297,L-4041305_184,00.html
- ↑ "Japan earthquake - biggest in 140 years", אתר eyewitnessnews.co.za, 11טן מערץ 2011 (אויף ענגליש)
- ↑ חשש מצונאמי באמריקה: תושבים מפונים בהוואי, ביי ynet, 11טן מערץ 2011 (אויף העברעיש)