צונאמי

פֿון װיקיפּעדיע
2004 צונאמי אין טיילאנד, מיט כוואליעס הינטער די ביימער

צונאַמי איז א קייט פון מאכטפולע כוואליעס אין דעם אקעאן, וועלכע פארמירט זיך נאך א שטארקן אונטערוואסער ערדציטערניש, אדער נאך אן אויפרייס פון א וואולקאן. א צונאמי איז ווי א וואנט פון וואסער וועלכע קען גיין צענדליגער פיס הויך און פאלט ארויף אויף די ים ברעגעס מיט גאר א שטארקע קראפט וועלכע קען אוועקוואשן הייזער און געביידעס.

וואס מיינט א צונאמי?[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס ווארט צונאמי איז א יאפאנעזער ווארט וועלכע איז דער אפטייטש פון ברעגע וואלן. די ערשטע העלפט ווארט "סו" מיינט ים ברעגע און די צווייטע העלפט "נאמי" מיינט כוואליע. די סארט וואלן האט פארשידענע נעמען און איינע פון זיי איז פלייצכוואליעס. די עקספערטן זאגן אבער אז צו רופן א צונאמי א פלייצכוואליע איז נישט ריכטיג ווייל כאטש עס ברענגט הויכע וואלן ווערט עס אבער נישט געשאפן די זעלבע וועג ווי פלייצכוואליעס וועלכע האט צעטאן מיט די וועטער און היץ פון די זון און לבנה.

ווי דערמאנט ווערט א צונאמי געשאפן דורך אן ערדציטערניש אונטערן וואסער וועלכע הייבט אויף איין טייל פון דאס וואסער און שאפט א מאכטפולע כוואליע וועלכע פארט ביז אזוי שנעל ווי 500 מייל פער שטונדע. כאטש רוב וואלן ווערן אפגעשוואכט ווי מער זיי פארן, בלייבט אבער די צונאמי מיט'ן זעלבן קראפט אפילו טויזענטער מיילן ווייט. אינעם אקעאן איז א צונאמי נישט אזוי שעדליך און וועט נישט זינקען קיין שיפן ווייל די קראפט דערפון איז אין די טיפענישן פון ים און אויפ'ן אויבערפלאך וועלן די כוואליעס נאר זיין צווישן 1 און 5 פיס הויך.

א צונאמי איז מער קראפטיג ווי הויך. וויבאלד עס קומט צו פארן אזוי שנעל קראכט עס אריין אויפ'ן ים ברעגע מיט א שנעלן טעמפא און דאס שיסט ארויס אסאך וואסער פון טיף אריין אים ים ארויף אויף די יבשה און דערנאך פליסט עס צוריק אריין אין ים מיט כמעט די זעלבע מאס קראפט.

סייענטיסטן זאגן אז א צונאמי קען יא פארמירן גאר הויכע וואלן פון איבער 50 שטאק אבער זיי ווייזן אן אז נישט די הויכקייט איז דער טויטליכער טייל פון א צונאמי נאר ליבערשט די קראפט דערפון וועלכע איז זייער שטארק נאך א מעכטיגע ערדציטערניש.

וואלקעאנען און אנדערע אונטערערדישע פארדרייאונגן קענען אויך שאפן צונאמיס אבער אין די פארגאנגענהייט זענען רוב גרויסע צונאמיס געקומען פון שטארקע ערדציטערנישן.


מיט וואס איז א צונאמי אנדערש ווי אנדערע וואלן?[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סתם וואלן וועלכע מיר זעען ביים ברעג פון ים זענען אויבערפלעכליכע וואלן וועלכע ווערן געשאפן דורך די ווינט און האלטן אן נאר 10 סעקונדן. די וואלן זענען לאנג מאקסימום 500 פיס און עס קומען ארויס פרישע איינע נאך די אנדערע. ווי מער ווינטן עס איז פאראן אלס מער וואלן ווערן געשאפן. פארשטייט זיך אז ווען עס קומט א שטורעם ווינט ווערן געשאפן גרויסע וואלן וועלכע פארן היבש שנעל אינאיינעם מיט די ווינט.

א צונאמי איז א אינערליכע כוואליע וועלכע גייט אראפ ביז די טיפענישן פון ים און דערפאר האט עס אזא שטארקן קראפט. א צונאמי קען זיין 80 מייל לאנג און קען אנהאלטן מיט די זעלבע שטארקייט פאר איבער א שטונדע.

יעדע ים כוואליע באקומט איר שטארקייט לויט איר גרויס. א קליינע כוואליע קען נישט אנהאלטן צו לאנג אבער א צונאמי וועלכע איז כמעט אזוי טיף ווי ברייט פארלירט נישט איר שטארקייט ביז זייער א לאנגע צייט ווייל די לענג פון די כוואליע איז זייער גרויס. די געאלאגן רעכענען דאס אויס לויט דער טיפקייט אין ים און זיי צעטיילן דאס אין 20 און דאס איז דער נומער ווי שנעל די כוואליע פארט. צום ביישפיל אויב די ים איז 4000 מעטער טיף (13,123 פיס) וועט מען דאס צעטיילן אין 20 וואס קומט אויס צו 200 מעטער (656 פיס) און דאס איז די שנעלקייט פער סקעונדע ווי שנעל עס פארט. אויב מען רעכנט דאס צוזאמען אין א שטונדע: 60 מאל 60 קומט אויס 3600 סעקונדן און 3600 מאל 200 מעטער קומט אויס גענוי 720 קילאמעטער א שטונדע, וועלכע איז 447 מייל פער שטונדע.

א צונאמי כוואליע קען אויך פארשנעלערן איר ספיד אינמיטן ים ווען די ערד אונטער די וואסער ווערן העכער אסאך אויפאיינמאל אין די קראפט פון די וואסער וואס קראכט אריין דערין שטופט די וואסער העכער איר נאך שנעלער. אין א געוועזענע צונאמי אין טשילע אין 1960 האט די צונאמי דעגרייכט ביז יאפאן וועלכע געפינט זיך איבער 10,000 מייל ווייט פון טשילע אינעם פאציפיק אקעאן. יענע צונאמי האט אומגעברענגט 200 מענטשן אין יאפאן און איז געשאפן געווארן פון אן ערדציטערניש וועלכע האט זיך געמאסטן 8.2.


עס דעגרייכט די יבשה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איינמאל מען פארשטייט וואספארא סארט כוואליע א צונאמי איז, איז גרינג צו פארשטיין פארוואס עס מאכט אזויפיל חרבנות ווען עס דעגרייכט די ים ברעגעס. ווען די צונאמי הייבט אן דעגרייכן די ברעגעס ווערט עס אויטאמאטיש פארלאנגזאמט אבער די וואסער פון אונטן קומען ארויף אין שיכטן איינע אויף די אנדערע און ווערט הויך און קראפטיג. עס איז שווער זיך פארצושטעלן וואספארא קראפט וואסער טראגט מיט זיך, ספעציעל אזויפיל וואסער אויפאיינמאל און אזוי שנעל.

די עצם כוח פון די טראסק ארויף אויף די יבשה קען צוברעכן הייזער, אויטאס, ביימער, און אפילו שטיקער יבשה. איינמאל דאס גאנצע וואסער איז שוין אויף די יבשה פאלט עס באלד צוריק אריין אין ים אבער דאסמאל פיל שוואכער ווי עס איז געקומען ווייל עס פארלירט איר כוח מיט'ן פאלן. די שוואכע כוח איז אבער אויך גענוג שטארק וויבאלד עס איז אסאך וואסער אויפאיינמאל און עס שלינגט איין אלעס וואס געפינט זיך און אלעס וואס עס האט פריער צעבראכן. די גאנצע זאך געדויערט ווייניגער ווי א מינוט און עס איז אוממעגליך צו אנטלויפן דערפון און ווער עס איז גליקליך טרעפט עפעס א שטארקע זאך אויף וואס זיך אנצוהאלטן ער זאל נישט פארשוועמט ווערן מיט די וואסער.


קען מען דאס באווארענען פון פריער?[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אינעם פאציפיק אקעאן איז איינגעשטעלט געווארן א צונאמי ווארענונג סיסטעם נאכדעם וואס עטליכע צונאמיס האבן באטראפן דעם אקעאן און עטליכע לענדער, אריינגערעכנט האוואי. די ווארענונג סיסטעם איז איינגעשטעלט אין 26 מיטגלידער לענדער וועלכע באטראכטן אינאיינעם די דאטא וועלכע דער קאמפיוטער האלט חשבון. אין א פאל עס פאסירט אן ערדציטערניש איז געווענליך פאראן כאטש א שטונדע ביז א צונאמי הייבט אן געשאפן ווערן און דאס איז נאר גענוג צייט צו פארטרייבן צענדליגער טויזענטער מענטשן פון די ים ברעגעס. עס פאסירן אסאך ערדציטערנישן אינעם ים אבער ווייניג פון זיי זענען שטארק און אפילו ווען יא מוז נאך נישט זיין אז עס וועט שאפן א צונאמי.

אינעם אינדישן אקעאן איז נישט פאראן קיין ווארענונג סיסטעם ווייל קיינער וואס לעבט היינט געדענקט נישט קיין צונמאי דארט. היסטאריקער און גיאלאגיסטן זאגן אז עס האט שוין יא פאסירט נאר שוין זייער לאנג צוריק.

צונאמיס אין די פארגאנגענהייט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די 2004 אזיע צונאמי, וועלכע איז פארמירט געווארן אינעם אינדישן אקעאן דעם 26סטן דעצעמבער 2004, איז געווען די טויטליכסטע צונאמי אין מאדערנער היסטאריע מיט א געשאצטע 230,000 קרבנות. קיינמאל בעפאר (וואס מען ווייסט) זענען נישט אומגעקומען אזויפיל מענטשן און קיינמאל בעפאר זענען נישט אזויפיל לענדער געטראפן געווארן אויפאיינמאל. די צונאמי איז געקומען פון אן ערדציטערניש מיט א מאס פון 9.3, מיט דעם צענטער אינען אקעאן נישט ווייט פונעם בארטן פון סומאטרא, אינדאנעזיע. הונדערטער טויזנטער מענטשן אין אינדאנעזיע, סרי לאנקא, טיילאנד, אינדיע, סאמאליע און אנדערע לענדער זענען אומגעקומען אדער געשעדיקט געווארן פון איר.

די לעצטע גרעסטע צונאמי בעפאר איז געווען אויך אינעם אינדישן אקעאן אין 1883 וועלכע איז געשאפן געווארן דורך א וואולקאן וועלכע האט אויפגעריסן אין ים. היסטאריע זאגט אז יענע צונאמי איז געווען 90 פיס הויך ווען עס האט געטראפן די יבשה וועלכע איז היינט אינדאנעזיע. ארום 36,000 מענטשן זענען אומגעקומען.

במשך די יארן זענען פארגעקומען עטליכע קליינע צונאמיס וועלכע האבן באטראפן אינדאנעזיע און עס ווערט געשאצט אז זיי האבן פארלוירן איבער 100,000 מענטשן ביז היינט נאר פון צונאמיס.

די דריטע גרעסטע צונאמי פון וועלכע מען ווייסט איז פארגעקומען אין יאפאן אין 1896 און האט אומגעברענגט א געשאצטע 27,000 מענטשן.

ווייטער צוריק זאגן זיי האט א צונאמי אומגעברענגט עטליכע טויזענט מענטשן אין שפאניע אין 1755. יענע צונאמי איז לויט זיי געקומען פון אן ערדציטערניש און איז געווען גאר שטארק נאר וויבאלד ווייניג מענטשן האבן געוואוינט נעבן די ברעגעס איז נישט געווען קיין סאך טויט פעלער.

די לעצטע צונאמי בעפאר דער באקאנטער אזיע צונאמי איז פארגעקומען אין 1946 אין אלאסקע וועלכע איז געקומען פון א 7.2 ערדציטערניש און האט אפגעווישט א ליכט הויז פון די יו-עס קאוסט גארד מיט אלע 5 אקופאנטן. די ליכט הויז איז געווען געמאכט פון צעמענט און אייזן און איז געשטאנען 90 פיס העכער די וואסער. די גרויסע וואלן האט אבער איינגעשלינגן די גאנצע טורעם אן קיין שום פריערדיגע ווארענונג. דער זעלבער צונאמי האט עטליכע שטונדן שפעטער דעגרייכט אינזלן אין האוואי און האט אומגעברענגט 159 מענטשן, אריינגערעכנט א גרויסע צאל קינדער וועלכע זענען געווען מיט זייערע לערערין אויף א באזוך נעבן די ברעגעס.

עס זענען געווען נאך אסאך צונאמיס אין די לעצטע 100 יאר אבער רוב פון זיי האבן נישט געברענגט קיין סאך פאטאליטעטן. באקאנט איז די צונאמי פון אלאסקע אין 1964 וועלכע האט אויך דעגרייכט עטליכע מערב ברעגעס פון אמעריקע און קאנאדע אבער נאר 120 מענטשן זענען געשטארבן.