ניזשער טייך
מראה
ניזשער | |
---|---|
דער ניזשער אין מאלי | |
לענג | 4,180 קילאמעטער |
דרענאזש בעקן | 2,117,700 קוואדראט קילאמעטער |
דורכשניטלעכער אויסגאס
- ארט |
5,589 קובישע מעטער א סעקונדע
איינגאס פון גינע |
לענדער אין דרענאזש בעקן | גינע, מאלי, ניזשער, ניגעריע |
דער ניזשער טייך איז דער הויפט טייך פון מערב אפריקא, און ציט זיך פאר א שטרעקע פון 2,600 מייל (4,180 ק"מ). זיין מקור איז אין די גינע הויכלאנד אין דרום-מזרח גינע. ער שטראמט אדורך מאלי, ניזשער, אויפן גרעניץ מיט בענין, און פון דארט דורך ניגעריע, אריין רינענדיג דורך א מאסיווער דעלטע אינעם איינגאס פון גינע אינעם אטלאנטישן אקעאן.
דער ניזשער טייך איז דער דריטער לענגסטער טייך אין אפריקא, איבערגעשטיגן נאר דורך דעם נילוס און דעם קאנגא.
דער אויספארשטער איבן באטוטא האט געמיינט אז דער טייל פונעם ניזשער טייך לעבן טימבוקטו איז דער נילוס.