מאלי פיקאן
געבורט |
28 פעברואר 1898 ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
טויט |
5 אפריל 1992 (אלט 94) פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מאלי פיקאן (28סטן פעברואר 1898 (ניו יארק) - 5טן אפריל 1992 (לענקסטער, פענסילוועניע).) געבוירן מיטן נאמען מלכה אפיקון (מארגארעט), איז געווען איינע פון די מערסט באוואוסטע אקטריסעס, אויפן יידישן האריזאנט, אין דעם לאוער איסט סייד ניו יארק.
זי איז געווען א טעאטער שפילער, און א פילם אקטיאר, ווי אויך איז זי געווען א קאמפאזיטארין, ווי אויך האט זי אסאך ערשיינט אויפן טעלעוויזיע, אין די פאראייניקטע שטאטן. אנהייב פון איר קאריערע, האט זי בעיקר זיך באנוצט מיט יידיש, איבער די יארן איז זי אריבער אויך צו ענגליש.
איר פאמיליע זענען געווען אימיגראנטן, איר מאמע פון קיעוו, אוקראינע. איר טאטע פון ווארשע פוילן. ווען זי איז אלט געווען דריי יאר, איז איר משפחה אריבער קיין פילאדעלפיע.
אין איר צענדליק יארן, האט זי שוין אנגעהויבן אויפטרעטן, און זי האט געטראפן איר וועג, צום יידישן טעאטער אויף סעקאנד עוועניו. אין טעאטער האט זי זיך באקענט מיט יעקב קאליטש, מיט וועם זי האט געהייראט.
פיקאן האט געשפילט אויף עטליכע שטומע פילמען, און אין יאר 1936, איז זי געווען אקטריסע אויף איר מערסטע פאפולערע פילם, יידל מיטן פידל, אין וועלכע זי גייט נאך געלט, אינאיינעם מיט איר טאטע, אבער מורא האבנדיק ארומצופארן אלס מיידל, פארשטעלט זי זיך ווו א יינגל. אין וועלכן זי שפילט אין א טרופע פון קלעזמער שנארערס, וואס וואנדערן איבער פוילן, צו פארדינען א שטיקל ברויט.
אום 5טן אפריל 1992 איז זי נפטר געווארן, זי האט געליטן פון אלצהיימערס קרענק, און זי איז באגראבן אין טעאטער טייל, פון מאונט חברון בית החיים.