יצחק נבון

פֿון װיקיפּעדיע
יצחק נבון
געבורט 9 אפריל 1921
ירושלים, בריטישער מאנדאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 7 נאוועמבער 2015 (אלט 94)
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט חלקת גדולי האומה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך פאליטיקער, שרייבער, דראמאטורג, מחנך, דיפלאמאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט פרעזידענט פון ישראל, כנסת דעפוטאט, כנסת דעפוטאט, וויצע פרעמיער מיניסטער פון ישראל, כנסת דעפוטאט, כנסת דעפוטאט, כנסת דעפוטאט, כנסת דעפוטאט, כנסת דעפוטאט, כנסת דעפוטאט, כנסת דעפוטאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
יצחק רחמים נבון 2010

יצחק רחמים נבון (9טן אפריל 1921, א' ניסן ה'תרפ"א - 6טן נאוועמבער 2015, כ"ד חשוון ה'תשע"ו) האט געדינט אלס דער פיפטער פרעזידענט פון מדינת ישראל, אויך האט ער געדינט אלס מיניסטער און כנסת דעפוטאט, אין ישראל רעגירונגען. ער איז א שריפט שטעלער און א דראמאטורג.

נבון איז געבוירן אין ירושלים, ער איז געבוירן צו זיין פאטער משה נבון און זיין מוטער מרים נבון צו אן אלטער ספרדישער משפחה, וואס געפונט זיך שוין דורות אין ארץ ישראל. זיין משפחה רעכנט זיך ווי אייניקלעך פון רבי חיים בן עטר.

ער האט געלערנט אין דער גימנאזיע לעבן דעם אוניווערסיטעט. שפעטער האט ער געלערנט אינעם אוניווערסיטעט, אראבישע ליטעראטור, איסלאמישע קולטור און ערציאונג.

פון יאר 1946 האט ער געדינט אין דער הגנה, אין דער אראבישער אפטיילונג, ביז 1949. דערנאך איז ער געווארן א דיפלאמאט אין זיד אמעריקע, און אין 1952 נאכן זיין א ראטגעבער פאר א קורצער צייט, איז ער געווארן אנפירער פון פרעמיער מיניסטערס ביורא, אונטער דוד בן גוריון, און אונטער משה שרת, א פאזיציע וואס ער האט אנגעהאלטן ביז 1963.

אין 1965 איז נבון אריין אין כנסת אלס א מיטגליד, ביז 1978 ווען ער איז געווארן ערוויילט דורך די כנסת אלץ פרעזידענט.

ער האט געדינט אלס פרעזידענט פאר פינף יאר, ער האט זיך נישט פארמאסטן פאר א צווייטער קאדענציע. נבון איז דער איינציקסטער פרעזידענט פון מדינת ישראל, וואס האט זיך אומגעקערט צו פאליטיק נאכן ענדיקן זיין טערמין, ער איז געווען וויצע פרעמיער מיניסטער, און די ערציאונגס און קולטור מיניסטער.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

חתונה פון אופירה ארז מיט יצחק נבון. מימין: ראש הממשלה דוד בן גוריון. 25 ביוני 1963
אופירה ויצחק נבון מיט דוד בן גוריון אין שדה בוקר, אוקטובר 1963

אין 1963 האט ער געהייראט אופירה ארז.