לדלג לתוכן

טובערקולאז

פֿון װיקיפּעדיע

טובערקולאז אדער TB (אינקורצן פאר טובערקל באקילוס) איז א פארשפרייטער טויטליכער אינפעקציע קרענק וואס ווערט געשאפן דורך מיקאבאקטעריע, הויפטזעכליך דורך די מיקאבאקטעריע וואס הייסט אזוי מיקאבאקטעריום טובערקולאז.

טובערקולאז טוט מייסטענס אפקעטירן די לונגען, אבער עס קען זיך אויך מאכן אז עס אפעקטירט די צענטראלע נערווען סיסטעם, ביינער, געלענקען און אויך די הויט.

מ'פלעג רופן דאס שװינדזוכט אבער היינט ניצט מען דעם נאמען טובערקולאז.

איבער א דריטל פון דער וועלט'ס באַפֿעלקערונג האט איצט די טי.בי. באקטעריום אין זייער קערפער רח"ל, און נייע אינפעקציעס געשענט נאכאנאנד אין די ראטע פון איין'ס פער יעדע סעקונדע.[1]

נישט יעדער וואס איז אינפֿעקטירט אנטוויקלט דער קרענק, אין דער אמתן איז דער אינפעקציע דאס מערסטע טרעפבאר פון אלע אינפעקציעס. פון דעסט וועגן איז אין איין'ס פון צען אזויליכע אינפעקציעס וועלן פראגרעסערן צו אקטיווע טי.בי. קראנקייט וואס, אויב לאזט מען דאס אומקערגענומען דורך מעדעצין, דערהארגעט מער ווי העלפט פון אירע קרבנות.

אין יאר 2004, 14.6 מיליאן מענטשן האבן געהאט אקטיווע טי.בי. און עס איז געווען 8.9 מיליאן נייע פעלער און 1.7 מיליאן טויט פעלער, מייסטענס אין אנטוויקעלענדע לענדער.[1]

אין צוגאב, א שטייגענדער צאל מענטשן אין שוין אנטוויקלטע פארגעשריטענע לענדער כאפן איבער טובערקולאז, ווייל זייער אימיון סיסטעם איז אפגעשוואכט דורך אמיון דערדריקונג דעם נוצן פֿון דראָגס אדער עיטש.איי.ווי.\עידס.