לדלג לתוכן

לונג

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון לונגען)
אָטעם־סיסטעם

דער לונג איז דער רעספיראציע אָרגאַן וואָס ברענגט אַריין די זויערשטאף פון דער לופט וואָס מען אָטעמט אַריין אין אַלע גלידער, ביי זויגערס און אויך ביי א טייל פיש און פוילע-רוילעס. אויך טוען די לונגען ארויסציען קארבאן דיאקסייד פונעם בלוט. בעלי חיים מיט א רוקנביין האבן נארמאל צוויי לונגען.

מיר אטעמען אלע צווישן 15 און 25 מאל פער מינוט אן טראכטן פאר א מינוט וועגן דעם. און ווען מען איז איבערגעשטרענגט אטעמט מען אפילו שנעלער און נאך אלץ טראכט מען נישט אריין וואס אטעמען מיינט און ווי אזוי דאס ווערט דורכגעפירט. דער צענטראלער ארגאן און אויך דער גרעסטער ארגאן אין דער קערפער, די לונגען, איז דער וואס מאכט אטעמען א מעגליכקייט און איז דער וואס ארבעט עס אויס צו ברענגען א נוצן פאר דעם מענשטליכן קערפער.

די לופט קומט אריין אין נאז אדער דעם מויל, און גייט דורכן פארינקס, שטימע קעסטל, לופטרער און ווייטער צו די בראנכן, די דינע בראנכיאלן (בראנכרערלעך) און ענדלעך צו די לונגען־בלעזלעך וואו דער זויערשטאף און קארבאן דיאקסייד ווערן געטוישט.

אין קורצן זענען די לונגען א פילטער סיסטעם וועלכע ציט אריין לופט פון אינדרויסן און און שיקט אריין אינעם קערפער נאר אקסיגען ווען אין דער זעלבער צייט רייניגט דאס אויס דאָס בלוט פון קארבאן דיאקסייד. אין דעם ארטיקל וועלן מיר נענטער באטראכטן ווי אזוי די לונגען מאכן זיכער אז דער קערפער באקומט גענוג אקסיגען פארזארגונג און וויאזוי עס ווערט פטור פון קארבאן דיאקסייד. מיר וועלן באטראכטן פראבלעמען וועלכע קענען אונטער קומען מיט די לונגען און פארוואס מען קען נישט פארהאלטן דעם אטעם. צום לעצט וועלן מיר זען פארוואס מען שליקערצט און מען הוסט.


די לונגען זיצן אין צענטער פון דעם קערפער באשיצט פון ברוסט קאסטן. די לונגען זענען צוזאמענגעשטעלט פון ווייכע כמו עלעסטיק און וועט זיך איינציען און אויסציען ווען מען אטעמט. די רערן וועלכע ברענגן אריין לופט פון דער נאז און מויל זענען אויך געמאכט פון א ווייכע סארט און וועלן זיך אויך אויסציען און איינציען מיטן אטעם פראצעדור. די לופט־רערן ברענגען אריין פרישע לופט וועלכע איז רייך מיט אקסיגען אבער פֿארמאגט אויך אנדערע באשטאנדטיילן וועלכע דארף צוריק ארויסגיין. אזוי אויך דארף דער קערפער פטור ווערן פון קארבאן דיאקסייד וועלכע ווערט געשאפן דורך די קערפערליכע צעלן און וואסערשטאף וועלכע לויפט אין דעם בלוט.

אן אטעם פאסירט ווען די דיאפראגמע (א גרופע מוסקלען וועלכע ליגט אונטער די לונגען און טיילט אפ די לונגען פון די קישקעס. ווערט אנגערופן דייעפרעם אין ענגליש) ציעט זיך איין אויף אראפ און די מוסקלען פון די לונגען פארברייטערן זיך און עס ווערט געשאפן א נידעריגערע לופט דרוק אינעם ברוסט קאסטן ווי די לופט דרוק פון אינדרויסן און דאס מאכט אז לופט וועט אריינפליסן און אויפבלאזן די לונגען ווי א באלון וועלכע ווערט אנגעפילט מיט לופט. ווען די לונגען זענען שוין פול וועט פאסירן פונקט דאס פארקערטע ווען די דיאפראגמע און מוסקלן וועלן זיך איינציען און פארשטערקערן די לופט דרוק אינעווייניג שטערקער ווי די לופט אינדרויסן און דאס וועט ארויסשטופן די לופט פון קערפער. אזוי גייט עס אהין און צוריק מיט יעדע אטעם טויזענטער מאל א טאג.

אין קורצן קען מען עס ערקלערן מיטן טבע פון גראוויטי. ווען די דיאפראגמע און מוסקלען ברייטערן זיך אויס ווערט די לופט לויזער ווייל עס איז פאראן מער פלאץ און וויבאלד די לופט־רערן זענען אפען צו די אטמאספערע וועט לופט פון אינדרויסן אריינקומען ווייל עס פארמאגט א שטערקערע לופט־דרוק. פארקערט ווען די לונגען זענען שוין אנגעפילט און די מוסקלן ציען זיך איין וועט די לופט אינעווייניג באקומען א שטארקע לופט־דרוק פשוט ווייל עס ווערט איינגענעם אין פלאץ און דאס וועט אויטאמאטיש ארויסשטופן די לופט פון די רערן צו די אטמאספערע וועלכע'ס לופט איז שיטערער.

טייל מענטשן האבן א טעות אז ווען די דיאפראגמע גייט אראפ רוקט זיך די לונגען אויך אראפ צו מאכן מער פלאץ. אין פאקט ווען די דיאפראגמע רוקט זיך אראפ גייען די מוסקלען פון די לונגען ארויף און די לונגען זעלבסט פארברייטערן זיך צו אלע זייטן ווי א באלון וועלכע בלאזט זיך אויף.

מיט דעם קען מען גרינג פארשטיין פארוואס מענטשן קענען נישט אטעמען אין דעם קאָסמאָס. זינט עס איז פאראן אן אנדערע לופט־דרוק ווי אויף דער ערד וועט עס נישט מיטשפילן מיט די לונגען־סיסטעם און דער מענטש וועט נישט באקומען גענוג לופט און ווען די לונגען וועלן שוין יא זיין פיל וועט די לופט נישט גענוג שנעל ארויסגיין. אויסער דעם איז די לופט אין דעם קאסמאס צוזאמענגעשטעלט פון אנדערע באשטאנדטיילן ווי דא אונטן אויף די ערד און עס איז נישט פאראן גענוג אקסיגען לויט די פארזארגונג וועלכע דער קערפער פארלאנגט.

ווען לופט גייט אריין אין די רערן ווערט עס אויטאמאטיש צעטיילט צו ביידע לונגען וואו עס גייט אריין ווייטער אין קלענערע רערן ביז עס דעגרייכט טיף אריין אין גאר קליינע זעקלעך וועלכע ווערן גערופן די אלוויעליי און דארט פאסירט די כעמיקאלע עקטשעינדזש (אויפטויש) ווי מיר וועלן באלד זען. אקסיגען איז א וויכטיגע פארזארגונג פאר די בלוט וועלכע אפערירט אלע מוסקלן פון דעם קערפער. די הארץ פאמפט דאס בלוט ארום דעם קערפער און אלע בלוט צירקולירט ארום און ארום דעם קערפער זייער שנעל און קומט צוריק צום הארץ ווען עס ווערט געשיקט צו די לונגען וואו עס נעמט אויף אקסיגען און פליסט צוריק אריין אין הארץ און פון דארט ווייטער ארויס צום גאַנצן קערפער. אבער אין דער זעלבער צייט וועט דאָס בלוט אויך איבערגעבן איר קארבאן דיאקסייד וועלכע זי האט אויפגענומען ארום און ארום דעם קערפער און די לונגען וועלן דאס ארויסשיקן צו די אטמאספערע די נעקסטע מאל ווען עס וועט ארויסבלאזן זיין לופט.

אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז עס פאסירט א כעמיקאלע עקסטשעינדזש (אויפטויש) יעדעס מאל א טראפן בלוט באגעגענט זיך מיט אקסיגען אין די לונגען. דאָס בלוט נעמט אויף אקסיגען און אין דער זעלבער צייט גיט עס איבער קארבאן דיאקסייד און פלוסט צוריק אריין אין הארץ מיט פרישן אקסיגען, ריין פון קארבאן דיאקסייד. די כעמיקאלע טויש פאסירט אין עטליכע מילי סעקונדן ווען אין דער זעלבער צייט זענען די לונגען אויך פארנומען ארויסטראגן די גענוצטע לופט און אריינברענגן פרישע לופט. קומט אויס אז די לונגען זענען פארנומען מאכן אימפארט-עקספארט און טיף אין זייערע ווערהאוזעס ווערט געטאן וויכטיגע ארבעט וואו די נייע שיפמענטס ווערן איבערגעגעבן פאר דעם בלוט און די אלטע סחורה וועלכע קומט צוריק ווערט צוגעגרייט צו עקספארטירט ווערן מיט די נעקסטע שיפמענט.

מען דארף נישט געדענקן צו אטעמען פונקט ווי מען דארף נישט געדענקן צו בלינקן די אויגן ווייל עס פאסירט אויטאמאטיש. דער קערפער פארמאגט א נערוון סיסטעם וועלכע איז קאנטראלירט דורך א צענטראלע סופער-קאמפיוטער וועלכע איז דער מוח פון וואו עס ווערט ארויסגעשיקט סיגנאלן צו יעדע ארגאן וואס צו טאן און ווען צו טאן. אן אטעם הייבט זיך אן ווען די דיאפראגמע רוקט זיך אראפ און שיקט די מוסקלן פון די לונגען ארויף און עס ווערט געשאפן מער פלאץ פאר דער לופט אין די לונגען. פון דארט פאסירט שוין אלעס אויטאמאטיש וואו מיר האבן פריער עקלערט געבויט אויף גראוויטי און כעמיקאלע עפעקטן. אבער ווער זאגט די דיאפראגמע ווען צו מאכן די נעקסטע איינציאונג און אויסציאונג? דאס ווערט סיגנאליזירט דורך דעם מוח וועלכע מאכט זיכער אז דער קערפער באקומט אירע פארזארגונגען.

דער מענטש קען אליינס אויך קאנטראלירן זיין אטעמען אויב ער וויל און עס וועט נישט שאטן. דאס קען אמאל אויספעלן אויב מען איז זייער איבערגעשטרענגט און דאס אטעמען גייט זייער שנעל און מען וויל דאס אפשטילן. די עצה איז צו מאכן לאנגע און טיפע אטעמען וואס העלפט באלאנסירן די אטעם-סיסטעם דורכדעם וואס עס איז פאראן מער צייט פאר די אקסיגען און קארבאן דיאקסייד צו מאכן זייערע אויפטוישן און דער נערוון סיסטעם וועט מער נישט פארלאנגן אזויפיל אטעמען איינמאל מען לייגט עס צוריק אויף אויטאמאטיש.


א שליקערץ פאסירט ווען לופט קומט צו שנעל אריין אין די לונגען און וויבאלד עס שטימט נישט מיט די נארמאלע סיסטעם וועלן איינע פון די רערן וואס פירן אריין די לופט זיך פארמאכן אין די נישט ריכטיגע צייט און וועט בלאקירן דעם אטעם און דער מענטש מאכט א שליקערץ. מען קען שליקערצן הונדערטער מאל און אפילו טויזענטער מאל ווילאנג עס בארואיגט זיך און אלעס גייט צוריק אין א סדר.

גענוי פארוואס עס פאסירט אז לופט זאל אריינקומען צו שנעל איז נישט באקאנט און עס זענען פאראן פארשידענע טעאריעס איינס נארישער פון די צווייטע. דאס זעלבע איז מיט עצות וויאזוי אפצושטעלן שליקערצן. עס הייבט זיך אן מיט פארשידענע וועגן וויאזוי צו טרונקן וואסער און ענדיגט זיך מיט פארשידענע וועגן פון אטעמען. למעשה איז קיינע פון די עצות נישט באשטעטיגט געווארן אלס א לעזונג און די עצות גייען פון מאמע צו קינד און אמאל העלפט עס יא און אמאל נישט און אמאל טוט מען דאס אזוי לאנג ביז מען שליקערצט שוין מער סייווי נישט.

היסן איז שוין א צווייטע מעשה. א היס פאסירט ווען עס קומען אריין פרעמדע באשטאנדטיילן אין דער אטעמען סיסטעם. עס קען זיין אביסל שטויב, א שלעכטע גערוך, אדער א כעמיקאל וועלכע דער קערפער פארנעמט נישט. נאך א וועג פון היסן איז ווען עסן גייט אריין אין די לופט רערן בטעות. אין אלע פעלער וועלן די נערוון וועלכע זענען פארבינדן מיט די רעספירעטארי דערשפירן די פרעמדע באשטאנדטיילן און די לונגען וועלן רעאגירן מיט א שנעלע רעאקציע פון ארויסשטויסן דאס גאנצע לופט וואס עס פארמאגט אינאיינעם פון וואס איז אריינגעקומען אן רשות.

א היס גייט מיט א שטארקע קראפט און עס ברענגט ארויס צווישן צוויי און פינף טויזענט פיצעלע טראפן וועלכע אנטהאלטן באקטעריע. אויב א מענטש האט א רעספירעטארי קראנקייט וועלן די קליינע טראפן קענען אריבערגיין צו אנדערע און פון דארט ווייטער און אזוי גייען ארום וויירוסעס פון איין מענטש צו די צווייטע.

פרעמדע באשטאנדטיילן דארפן נישט דעגרייכן אין די לופט רערן עס זאל פאסירן א היס. צו מאל וועלן די נערוון אין די נאז דערשפירן פרעמדע עלעמענטן און וועט שיקן א מעסעדזש צו די רעספירעטארי סיסטעם דורך דער מוח און עס וועט פאסירן א היס און אמאל עטליכע ווילאנג די נערוון וועלן זיך נאכאמאל שפירן פריי. אינטרעסאנט איז אז ווען מען היסט מאכט מען צו די אויגן און אפילו אויב מען זאל פרובירן דאס האלטן אפען וועט דאס נישט גיין. סייענטיסטן זאגן אז די נערוון פון די אויגן און נאז זענען נאנט פארבינדן איינע מיט די אנדערע און ווען די נאז נערוון זענען אין אן אלארם וועלן אויך די אויגן זיך באשיצן פון די אטאקע און וועלן זיך פארמאכן. אגב, א היס קען פאסירן אפילו ווען גארנישט איז באמת אריינגעקומען אין די רעספירעטארי נאר עס האט זיך נאר געדאכט פאר די נערוון אז עפעס איז דארט אדער אז עפעס גייט קומען.

עס איז א טראדיציע ביי די אידישע אונגארישע אפשטאמיגע צו זאגן "אסותא" (וועלכע איז דער אפטייטש פון געזונט אין אראמיש און ווערט געברענגט אין דער גמרא אלס אסותא) אדער "צום געזונט" ווען א מענטש היסט. דער קאנצעפט שטאמט פון די כינעזער וועלכע וואונטשן זיך געזונטהייט און לאנג לעבן ווען איינער היסט. דער טערמין (אדער ענליכע) ווערט אויך גענוצט ביי די אינדיאנער און אויך ביי די אראבער.

די כינעזער גלייבן אז ווען א מענטש היסט איז דאס א צייכן אז מען רעדט פון אים. ביי אידן דערמאנט מען דאס ווען א מענטש שליקערצט. ביידע זענען נארישקייטן אינאיינעם מיט אלע אנדערע שטותים פון ענליכע סארטן.

אויך מיט היסן איז פאראן א רייע רעמעדיס וועלכע קענען דאס צוריק האלטן. באקאנט איז צו קוקן אויף די נעגל אדער קוקן מיט די אויגן אויף א געוויסע אביעקט אבער נישט מיטדרייען דעם קאפ. די גרינגסטע און בעסטע וועג איז צו צווינגן די אויגן צו בלייבן אפען ווייל ווי פריער געזאגט איז אוממעגליך צו היסן אן דעם וואס די אויגן זאל זיך צומאכן.


פראבלעמען מיט די לונגען זענען איינגעטיילט אין צוויי קאטאגאריעס. די ערשטע איז פראבלעמען מיט דער אטעם-סיסטעם און די צווייטע איז פראבלעמען פון דעם אקסיגען און קארבאן דיאקסייד עקסטשעינדזש. אסטמא, עמפיסעמא, בראנטשיטיס, און ענליכע פראבלעמען זענען מיט די לופט רערן וועלכע זענען שמעלער, שטייפער, אדער געשוואלן און לאזן נישט די לופט געהעריג דורכגיין. טייל מענטשן ליידן דערפון זייער גאנץ לעבן און באקומען אטאקעס פון צייט צו צייט וועלכע ווערט אויפ'ן ארט באהאנדלט מיט מעדיצין.

אנדערע לונגען פראבלעמען זענען ווען די לונגען קענען נישט געהעריג אויפטוישן דעם אקסיגען מיט דעם קארבאן דיאקסייד און דער מענטש באקומט נישט גענוג אקסיגען. רויכערן איז זייער שעדליך צו די לונגען וועגן אט די סיבה ווייל די רויך עפעקטירט די אקסיגען וועלכע קומט אריין און גייט שפעטער אריין אין דעם בלוט.