טבת
טבת איז דער צענטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן[1] (און דער פערטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי[2]). חודש טבת ווערט דערמאנט אין פסוק אלס צענטער חודש, "בחדש העשירי הוא חדש טבת" (אסתר ב. טז.).
קביעות - קאלענדאר
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פון ווען ס'איז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר (קביעות החדשים), איז טבת שטענדיג א פארקערצטער חודש (חסר): א חודש פון ניין און צוואנציג טעג.[3]
ראש חודש טבת איז אמאל צוויי טעג: דער דרייסיגסטער טאג פון כסלו, און צומארגענס, דער ערשטער טאג פון טבת, און אמאל נאָר איין טאג: דער ערשטער טאג פון טבת. ס'ווענדט זיך וויפיל טעג ס'איז דער פריערדיגער חודש: כסלו.
דער ערשטער טאג פון חודש טבת קען אויספאלן פינף טעג פון דער וואך: (א ב ג ד ו) זונטיק, מאנטיק, דינסטיק, מיטוואך, פרייטיק.[4]
קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט זונטאג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט מאנטאג און דאס יאר איז א שנה שלימה (ד"ה אדער בש"ה פשוטה אדער בש"ז מעוברת), ווי אויך אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דינסטאג (ד"ה אדער גכ"ה פשוטה אדער גכ"ז מעוברת), געפאלט דער ערשטער טאג טבת זונטאג.
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
א | ב | ג | ד | ה | ו | ז |
ח | ט | י | יא | יב | יג | יד |
טו | טז | יז | יח | יט | כ | כא |
כב | כג | כד | כה | כו | כז | כח |
כט | ||||||
לוח לשנת ה'תשס"ט | ||||||
קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט מאנטאג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה חסירה (ד"ה הח"א מעוברת) געפאלט דער ערשטער טאג טבת דינסטאג.
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
א | ב | ג | ד | ה | ו | |
ז | ח | ט | י | יא | יב | יג |
יד | טו | טז | יז | יח | יט | כ |
כא | כב | כג | כד | כה | כו | כז |
כח | כט | |||||
לוח לשנת ה'תשס"ח | ||||||
קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט דינסטאג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה כסידרן (ד"ה הכ"ז פשוטה) געפאלט דער ערשטער טאג טבת דינסטאג.
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
א | ב | ג | ד | ה | ||
ו | ז | ח | ט | י | יא | יב |
יג | יד | טו | טז | יז | יח | יט |
כ | כא | כב | כג | כד | כה | כו |
כז | כח | כט | ||||
לוח לשנת ה'תשע"ב | ||||||
קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט מיטוואך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה שלימה (ד"ה אדער הש"א פשוטה אדער הש"ג מעוברת), ווי אויך אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט שבת און דאס יאר איז א שנה חסירה (ד"ה אדער זח"א פשוטה אדער זח"ג מעוברת), געפאלט דער ערשטער טאג טבת מיטוואך.
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
א | ב | ג | ד | |||
ה | ו | ז | ח | ט | י | יא |
יב | יג | יד | טו | טז | יז | יח |
יט | כ | כא | כב | כג | כד | כה |
כו | כז | כח | כט | |||
לוח לשנת ה'תשע"א | ||||||
קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט פרייטאג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט מאנטאג און דאס יאר איז א שנה חסירה (ד"ה אדער בח"ג פשוטה אדער בח"ה מעוברת) , ווי אויך אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט שבת און דאס יאר איז א שנה שלימה (ד"ה אדער זש"ג פשוטה אדער זש"ה מעוברת) געפאלט דער ערשטער טאג טבת פרייטאג.
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
א | ב | |||||
ג | ד | ה | ו | ז | ח | ט |
י | יא | יב | יג | יד | טו | טז |
יז | יח | יט | כ | כא | כב | כג |
כד | כה | כו | כז | כח | כט | |
לוח לשנת ה'תש"ע | ||||||
דער אינהאלט פון חודש
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער צירוף פון חודש טבת גייט ארויס פון דעם ענדע פון די ווערטער (סופי תיבות) גדלו לה אתי ונרוממה שמו יחדו[5] (תהלים לד. ז.).
דער מזל פון טבת ווערט אנגערופן גדי.[6]
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]געשעענישן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- עשרה בטבת האט זיך אנגעהויבן די באלאגערונג אויף ירושלים ביים ערשטען בית המקדש
- אסתר המלכה איז געווארן קעניגן
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
די יידישע חדשים |
ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול | תשרי | מרחשון | כסלו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב') |