וואשינגטאן מאנומענט
וואשינגטאן־מאנומענט איז א הויכשטאקיגער טורעם, אין וואשינגטאן די סי וואס איז געבויעט געווארן אלס געדענקמאל אין עהרע פון דעם ערשטן פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער וואשינגטאן־געדענקמאל איז געבויעט געווארן אין אנדענק פון דעם ערשטן פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, פרעזידענט דשארדזש וואשינגטאן.
דער טורעם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די געדענקמאל געפינט זיך אינעם נאציאנאלן מאל, צווישן דעם לינקאלן געדענקמאל און דער קעפיטאל געביידע.
די בוי-ארבעט האט זיך אנגעהויבן 1848 למספרם, אבער איז אפגעשטעלט געווארן פאר 23 יאר צוליב א מאנגל אין געלט, די ציווילע קריג און א מאכט געראגל צווישן עטליכע פאליטיקאנטן ווער עס פירט דעם געדענקמאל. די שטיינער פון דעם געדענקמאל האבן טאקע צוויי קאלירן, איינס בעפאר מען האט אפגעשטעלט די בוי-ארבעט און די אנדערע פון ווען מען האט צוריק אנגעהויבן בויען.
ווען דער טורעם איז געעפנט געווארן האט ער געטראגן דעם טיטל אלס די העכסטע געביידע אין דער וועלט, ביז דער אייפעל טורעם האט זיך געעפנט, אבער ס'איז נאכאלץ די העכסטע שטיינערנע געבוי אין דער וועלט; זייענדיג 554 פיס הויך.
פון אויבן פונעם געדענקמאל קען מען זען ווייט א שטרעקע פון 30 מייל ווייט.
דער געדענקמאל איז ארומגענומען מיט 50 אמעריקאנער פענער צו סימבאליזירן די 50 שטאטן.
אזויפיל ווי בערך 671,031 באזוכן דארטן יערליך.