אמעריקאנער בירגערקריג
די אַמעריקאַנער בירגערקריג (12טן אַפּריל, 1861 — 26סטן מײַ, 1865) איז געװען אַ בירגערקריג אין די פֿאַרײניקטע שטאַטן צװישן דעם פֿאַרבאַנד ("דער צפֿון") און דער קאָנפֿעדעראַציע ("דער דרום"). 1861 איז די קאָנפֿעדעראַציע געשאַפֿן געװאָרן דורך די אַמעריקאַנער שטאַטן װאָס האָבן פֿאַרלאָזט דעם פֿאַרבאַנד כּדי ממשיך צו זיין דעם מצבֿ פֿון שקלאַפֿערײַ ביי די דרומדיקע שטאַטן. די דרומדיקע שטאַטן האָבן געהאַלטן, נאָך דעם װאָס אַבֿרהם לינקאָלן איז געװאָרן פּרעזידענט פֿון די פֿאַרײניקטע שטאַטן, אַז זײער װירטשאַפֿט, באַזירט אױף שקלאַפֿערײַ, איז געשטעלט געװאָרן אין אַ סכּנה, װי אױך צוליב דער װאַקסנדיקער אַבאָליציאָניסטישער באַװעגונג אינעם צפֿון. די קריג האָט זיך פֿאַרענדיקט מיטן נצחון פֿון דעם "פֿאַרבאַנד," דער אָפּשאַפֿונג פֿון דער קאָנפֿעדעראַציע װי אױך שקלאַפֿערײַ, װאָס האָט באַפֿרײַט פֿיר מיליאָנען אַפֿראָ־אַמעריקאַנער.