דיסטריקט ליניע
מאפע קאליר | גרין | ||||||||||||||||||||||||||||||||
ערשט אפערירט | 1868 | ||||||||||||||||||||||||||||||||
טיף | אונטער אייבערפלאך | ||||||||||||||||||||||||||||||||
בארעדערטער סטאָק | C סטאק (6 וואגנס) D סטאק (6 וואגנס) S סטאק (7 וואגנס) | ||||||||||||||||||||||||||||||||
סטאנציעס | 60 | ||||||||||||||||||||||||||||||||
לענג (ק"מ) | 64 | ||||||||||||||||||||||||||||||||
לענג (מיילן) | 40 | ||||||||||||||||||||||||||||||||
וואקזאלן | אפמינסטער אילינג קאמאן האמערסמיט[1] | ||||||||||||||||||||||||||||||||
רייזעס | 208 מיליאן (2011) (א יאר) | ||||||||||||||||||||||||||||||||
באן ליניעס פֿון טראנספארט פאר לאנדאן | |||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
די דיסטריקט ליניע איז א ליניע אין דעם לאנדאנער אונטערגרונט, און זיין קאליר אויף דער אונטערגרונט מאפע איז גרין. די דיסטריקט ליניע איז די מערסטע פארנומענע פון די אונטער־אייבערפלאך ליניעס אין דער אונטערגרונט סיסטעם, ווי אויך די פינפטע מערסטע פארנומענע אין אלגעמיין, מיט מער ווי 208 מיליאן פארער אין יאר 2011/12.
די ליניע שניידט אדורך לאנדאן פון מזרח צום מערב. די ליניע הייבט אן פון אפמינסטער אין מזרח, אדורך צענטראל לאנדאן ביז ערלס קארט, וואו די ליניע צעשיידט זיך אין א דרומדיקן צווייג קיין ווימבלדאן, צוויי מערבדיקע צווייגן, קיין ריטשמאנד און אילינג, און א צפונדיקן צווייג קיין עדזשווער ראד דורך פאדינגטאן. פון 60 סטאנציעס, זענען 25 אונטער דער ערד. די ווימבלדאן און ריטשמאנד צווייגן האבן בריקן אריבער דעם טעמז.
די דיסטריקט ליניע טיילט די רעלסן און סטאנציעס מיט דער האמערסמיט און סיטי ליניע פון בארקינג און אלדגייט מזרח, און מיט דער קרייז ליניע צווישן טאער היל און גלאסטער ראד, און אויך אויפן עדזשווער ראד צווייג. עטלעכע סטאנציעס ווערן געטיילט מיט דער פיקאדילי ליניע.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מען האט געשאפן די מעטראפאליטאן דיסטריקט באן צו ווערן א טייל פון אן אינוועניקסטן קרייז וואס וועט פארבינדן די לאנדאנער סוף־סטאנציעס. די ערשטע ליניע האט געעפנט אין דעצעמבער 1868 פון דרום קענזינגטאן קיין וועסטמינסטער מיט באנען פון דער מעטראפאליטאן באן. אין 1871 האט די דיסטריקט אנגעהויבן מיט אייגענע באנען און די ליניע האט געצויגן פון מערב בראמפטאן קיין מענשן הויז.
רוטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מאפע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פאקטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די דיסטריקט ליניע איז לאנג 64 קילאמעטער (40 מייל), די לענגסטע ליניע אין דער אונטערגרונט. די ליניע האט 60 סטאנציעס און ווערט באדינט פון C און D סטאק באנען, מיט 6 וואגאנען. אין 2013 האט מען אנגעהויבן איינפירן S סטאק באנען מיט 7 וואגאנען, און ביז 2016 וועט מען טוישן אלע באנען.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ London Underground Key Facts. Transport for London. דערגרייכט דעם 2008-05-21.
דיסטריקט ליניע | ||
---|---|---|
יאדער אפטייל |
|
קליק צו פארגרעסערן |
ווימבלדאן צווייג | ||
ריטשמאנד צווייג | ||
אילינג צווייג | ||
אלימפיע צווייג | ||
עדזשווער ראד צווייג | ||