דוד האגער
רבי דוד האגער (ה'תקנ"ז - כ"א מנחם אב ה'תר"ח), פון זאבלאטאוו.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי דוד'קי איז געבוירן אין יאר ה'תקנ"ז, צו זיין פאטער הרב מנחם מענדיל האגער פון קאסאוו "דער אהבת שלום", א זון פון הרב יעקב קאפיל חסיד. און צו זיין מוטער מרת שיינא רחל א טאכטער פון הרב שמואל שמחה זימל קאך פון קאסאוו.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי דוד'קי איז געווען באקאנט אלס אויסערגעווענליכער קלוגער מענטש, א שארפן און טיפן פארשטאנד. דער רוזשינער האט אים געזאגט "דו ביזט דער וועלט'ס חכם", רבי מאיר'ל פרומישלאנער שרייבט אויף אים "געקרוינט מיט קלוגשאפט", דער צאנזער רב האט אויף אים געזאגט "חכם עדיף מנביא".
נאך דער פטירה פון זיין פאטער האבן זיינע אנהענגער געוואלט רבי דוד'קי זאל פראווען רביסטעווע צוזאמען מיט זיין ברודער רבי חיים אין קאסאוו. זייער שוואגער רבי שמעלקא סאסאווער איז געווען דער פארמיטלער און ער האט געפסקנט אז רבי דוד'קי דארף פארלאזן קאסאוו. רבי דוד'קי איז אריבער קיין זאבלאטאוו דארט האט ער געגרינדעט זיין הויף.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי דוד'קי איז נפטר געווארן כ"א מנחם אב ה'תר"ח.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי דוד'קי האט געהייראט מרת פעסיא לאה א טאכטער פון הרב משה לייב סאסאווער. זייערע קינדער:
- הרב יעקב האגער (ה'תקע"ג אומגעפער - ט"ז שבט ה'תרמ"א), ממלא מקום פון פאטער, רב פון זאבלאטאוו.
- הרב מנחם מענדיל האגער (ה'תק"ף אומגעפער - ה'תרנ"ד אומגעפער), פון דאמיטש.
- הרב צבי הירש האגער (ה'תקפ"ג אומגעפער - י"ג חשוון ה'תר"ן אומגעפער) פון פעטשיניזשין.
- הרב יחיאל מיכל האגער (ה'תקפ"ד אומגעפער - י"ד ניסן ה'תרס"ה אומגעפער), פון סטראזשיניץ.
- הרב אלטער האגער.
- מרת שיינא רחל, די ווייב פון הרב יצחק פרידמאן, פון באהוש.
- מרת יוכבד, די ווייב פון הרב ישראל הורוויץ, פון בארניוו.
- מרת פעליא, די ווייב פון הרב ברוך בן רבי שמעון שלמה פון סאווראן
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- צמח דוד
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר