לדלג לתוכן

יחיאל מיכל האגער

פֿון װיקיפּעדיע

רבי יחיאל מיכל האגער זצ"ל (ה'תקפ"ד - י"ד ניסן ה'תרס"ה), פון סטראזשיניץ.

רבי מיכעלע איז געבוירן אין יאר ה'תקפ"ד אומגעפער, צו זיין פאטער הרב דוד האגער, פון זאבלאטאוו, א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו "דער אהבת שלום", א זון פון הרב יעקב קאפל חסיד. און צו זיין מוטער מרת פעסיא לאה א טאכטער פון הרב משה לייב סאסאווער.

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תר"ח האט רבי מיכעלע אנגעהויבן פראווען רביסטעווע און אין יאר ה'תרי"ד האט ער זיך באזעצט אין סטראזשיניץ.

רבי מיכעלע איז נפטר געווארן י"ד ניסן ה'תרס"ה אומגעפער.

רבי מיכעלע האט געהייראט א טאכטער פון הרב אלעזר רוקח פון בעלזא, א זון פון שר שלום פון בעלזא. זיינע קינדער:

  • מרת רבקה, די ווייב פון הרב דוד אליעזר, רב אים קוסטניץ.
  • די ווייב פון הרב משה קאוולער רב אין הערץ.
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר