צבי הירש האגער
רבי צבי הירש האגער זצ"ל (ה'תקפ"ג - י"ג חשוון ה'תר"ן), רב אין פעטשיניזשין.
אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רבי הערשעלי איז געבוירן אין יאר ה'תקפ"ג (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב דוד האגער פון זאבלאטאוו א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון קאסאוו "דער אהבת שלום", א זון פון הרב יעקב קאפיל חסיד. און צו זיין מוטער מרת פעסיא לאה א טאכטער פון הרב משה לייב סאסאווער.
רבנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רבי הערשעלי איז געווען רב אין פעטשיניזשין און ער האט דארט געפראוועט זיין רעביסטעווע און האט דארט אויפגעשטעלט א גרויסע שול, ער האט געהאט א גרויס געפארעכטס.
הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רבי הערשעלי איז נפטר געווארן י"ג חשוון ה'תר"ן (אומגעפער).
פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רבי צבי הירש האט געהייראט בזיווג ראשון מרת שיינדל א טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ פון לינסק. זייערע קינדער:
- הרב אברהם חיים האגער הי"ד ( סיון תר"ב – כ״ב אייר תרמ"ו), פון ווישאווא.
- הרב מנחם מענדיל האגער ( - ), פון ווישאווא.
- מרת בלומא, די ווייב פון הרב נחום בראנדוויין פון בורשטין.
(די פאלגענדע קינדער איז נישט קלאר פון וועלכען זיווג זיי זענען[1])
- הרב גרשון האגער (ה'תרט"ו (אומגעפער) - ה'תר"ץ (אומגעפער)), ממלא מקום פון פאטער רב אין פעטשיניזשין.
- מרת רבקה, די ווייב פון הרב אליעזר לאנדא.
- די ווייב פון הרב יעקב סלעפטער.
בזיווג שני האט רבי צבי הירש געהייראט א טאכטער פון הרב דוד שטערנהעל פון קאלאמייע.
זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- זרעא קדישא
- ↑ זרעא קדישא
- ↑ מילי דבי כנישתא, עמ' ד