בורשטין
מראה
- דער ארטיקל דיסקוטירט אן איידלשטיין וואס קומט פון פארשטיינערטן רעזין. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט בורשטין (באדייטן).
בורשטין איז אן איידלשטיין געשאפן פון פארשטיינערטן רעזין פון האלץ. די קוואלן פון בורשטין זענען מינעראלן, וואס מען געפינט בעיקר אין דעם געגנט פונעם באלטישן ים. 80% פון דער וועלט'ס בורשטין ווערט געגראבן פונעם זאמד אין קאלינינגראד, רוסלאנד.
געוויסע שטאפן, למשל וואל, באקומען אן עלעקטרישע לאדונג ווען מען רייבט זיי מיט בורשטין. די פארצייטישע גריכן האבן דאס באמערקט און גענוצט דאס גריכישע ווארט פאר בורשטין, ηλεκτρον (עלעקטראן), פאר דעם פענאמען. דאס ווארט "בורשטין" ווערט אויך געניצט פאר א געוויסן געלן קאליר.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
בורשטין