לדלג לתוכן

בראם

פֿון װיקיפּעדיע
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם כעמישן עלעמענט. טאמער זוכט איר די בריטישע טעלעוויזיע סעריע, זעט בראם (טעלעוויזיע סעריע).
בראָם

בראָם איז אַ כעמישער עלעמענט מיט כעמישן סימבאָל Br און אטאם נומער 35. ער איז א האלאגען.

בראם איז א רויט־ברוינע פליסיקייט. (אחוץ בראם איז נאר פאראן איין כעמישער עלעמענט, קוועקזילבער, וואס איז פליסיק ביי שטוב טעמפעראטורן.)

צוליב דער שטארקער כעמישער רעאקציע האלט מען בראם אין גלעזערנע פלעשער.