אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אנא פראנק"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט: zh:安妮·弗蘭克 איז א גוטער אַרטיקל; קאסמעטישע ענדערונגען
אין תקציר עריכה
שורה 17: שורה 17:
{{גרונטסארטיר:פראנק, אנע}}
{{גרונטסארטיר:פראנק, אנע}}
{{ביא-שטומף}}
{{ביא-שטומף}}

==נעץ פארבינדונגען==
* [https://archive.org/details/nybc209529 טאגבוך פון א מיידל : 14 יוני 1942-1 אויגוסט 1944]


[[קאַטעגאָריע:חורבן אייראפע]]
[[קאַטעגאָריע:חורבן אייראפע]]

רעוויזיע ביי 12:16, 25 סעפּטעמבער 2014

נישט ענדערן!
נישט ענדערן!
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען זײַן קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. ביטע ניט ענדערן דעם אַרטיקל כּל־זמן דער מוסטער איז דערבײַ.

דער מוסטער קען בלײַבן ביז אַ װאָך אָן דײַטיקע ענדערונגען.


אונטערשריפט פון אנא פראנק

אַנעליס מאַרי ("אַנע") פֿראַנק ( 12טן יוני 192931סטן מערץ 1945) איז געווען א יידיש מיידל פון דייטשלאנד וואס האט געשריבן א טאגבוך וועגן דעם מצב אין וואס זי און איר פאמיליע האבן זיך געפונען ווען זיי האבן זיך באהאלטן פון די נאציס אין א בוידעם פון א פארבריק אין אמסטערדאם.

פארן סוף פונעם קריג איז די פאמיליע פאר'מסר'ט און געכאפט געווארן און זי מיט איר פאמיליע זענען פארשיקט געווארן אין אוישוויץ און בערגן-בעלזן, וואו זי און רוב פון איר פאמיליע זענען געשטארבן פון הונגער און מגיפות.

איר פאטער האט איבערגעלעבט די מלחמה און האט זיך צוריק געקערט צו אמסטערדאם וואו ער האט געפונען אנא'ס טאגבוך, און האט געדרוקט און פארשפרייט איר טאגבוך אין בוך פארמאט, ביז היינט צוטאגס איז די טאגבוך פון אנא פראנק און אירע איבערזעצונגען אין הונדערטער שפראכן איינע פון די מערסט פארשפרייטע ביכער אין די געשיכטע פון די וועלט.

לעבנסגעשיכטע

אנע פראנק איז געבוירן געווארן אין פראנקפורט, דייטשלאנד, דעם 12טן יוני 1929, די צווייטע טאכטער פון איר פאטער אטא היינריך פראנק און איר מוטער עדיט האלענדער.

נאָך דעם וואס די נאַציס האָבן איבערגענומען די מאַכט אין דײַטשלאַנד און האָבן געװינען די מוניציפּאַלע װאַלן אין פֿראַנקפֿורט אין מערץ 1933, איז עדיט מיט די קינדער איבערגעפֿאָרן קײַן אָכן צו איר מוטער. אָטאָ פֿראַנק האָט קורץ שפּעטער באַקומען אַן אָנמוט צו שאַפֿן אַ האָלענדישע צװײַג פֿון דער פֿירמע "Opekta" אין אַמסטערדאַם, װאָס ער האָט אָנגענומען. זײַן משפּחה האָט אים נאָכגעפֿאָלגט אַ יאָר שפעטער.

ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן אין 1939, האט האלאנד פראקלאמירט נייטראלקייט. פונדעסוועגן האט נאצי דייטשלאנד אינוואדירט האלאנד און בעלגיע דעם 10טן מיי 1940. האלאנד איז איינגענומען געווארן אין פינף טעג און האט נאכגעגעבן דעם 15טן מיי. גלייך נאך דער דייטשער אינוואזיע האבן זיך אנגעהויבן די גזירות קעגן דעם האלענדישן יידנטום, וואס האט דעמאלסט געציילט 140,000 מענטשן (מיט נאך 30,000 דייטשע פליטים, צווישן זיי די משפחה פון אנא פראנק). ביים סוף פון דער מלחמה זענען געבליבן לעבן נאר 40,000 יידן, וואס די מערהייט פון זיי האבן איבערגעלעבט ווייל זיי זענען באהאלטן געווארן און מ'האט זיי נישט געכאפט. די אנדערע האט מען געשיקט אין קאצעטן אין האלאנד (דער גרעסטער פון זיי איז געווען [וועסטערבארק), פון וואס די מערהייט האט מען געשיקט אין באנען צו די טויט לאגערן אין פוילן, וואו זיי זענען אומגעקומען.



נעץ פארבינדונגען

מוסטער:Link GA מוסטער:Link GA מוסטער:Link GA מוסטער:Link GA מוסטער:רא מוסטער:רא מוסטער:רא מוסטער:רא מוסטער:רא מוסטער:רא מוסטער:רא מוסטער:רא