אנע פראנק

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אנא פראנק)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
נישט ענדערן!
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען זײַן קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. ביטע ניט ענדערן דעם אַרטיקל כּל־זמן דער מוסטער איז דערבײַ.

דער מוסטער קען בלײַבן ביז אַ װאָך אָן דײַטיקע ענדערונגען.


אונטערשריפט פון אנא פראנק

אַנעליס מאַרי ("אַנע") פֿראַנק ( 12טן יוני 192931סטן מערץ 1945) איז געווען א יידיש מיידל פון דייטשלאנד וואס האט געשריבן א טאגבוך וועגן דעם מצב אין וואס זי און איר פאמיליע האבן זיך געפונען ווען זיי האבן זיך באהאלטן פון די נאציס אין אמסטערדאם, האלאנד. צום סוף האבן זיי זי געכאפט און געשיקט אין אוישוויץ און בערגן-בעלזן, און זי איז דערמארדעט געווארן מיט איר פאמיליע. נאר איר פאטער האט איבערגעלעבט די מלחמה.

לעבנסגעשיכטע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אנע פראנק איז געבוירן געווארן אין פראנקפורט, דייטשלאנד, דעם 12טן יוני 1929, די צווייטע טאכטער פון איר פאטער אטא היינריך פראנק און איר מוטער עדיט האלענדער.

נאָך דעם, אַז די נאַציס האָבן גענומען די מאַכט אין דײַטשלאַנד און בפֿרט האָבן געװינען די מוניציפּאַלע װאַלן אין פֿראַנקפֿורט אין מערץ 1933, איז עדיט מיט די קינדער איבערגעפֿאָרן קײַן אָכן צו איר מוטער. אָטאָ פֿראַנק האָט קורץ שפּעטער באַקומען אַן אָנמוט צו שאַפֿן אַ האָלענדישע צװײַג פֿון דער פֿירמע "Opekta" אין אַמסטערדאַם, װאָס ער האָט אָנגענומען. זײַן משפּחה האָט אים נאָכגעפֿאָלגט איבער אַ יאָר.

ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן אין 1939, האט האלאנד פראקלאמירט נייטראלקייט. פונדעסוועגן האט נאצי דייטשלאנד אינוואדירט האלאנד און בעלגיע דעם 10טן מיי 1940. האלאנד איז איינגענומען געווארן אין פינף טעג און האט נאכגעגעבן דעם 15טן מיי. גלייך נאך דער דייטשער אינוואזיע האבן אנגעהויבן די גזירות קעגן דעם האלענדישן יידנטום, וואס האט דעמאלסט געציילט 140,000 מענטשן (מיט נאך 30,000 פליטים פון דייטשלאנד, צווישן זיי די משפחה פון אנא פראנק). ביים סוף פון דער מלחמה זענען געבליבן לעבן נאר 40,000 יידן, וואס די מערהייט פון זיי האבן איבערגעלעבט ווייל זיי זענען באהאלטן געווארן און מ'האט זיי נישט געכאפט. די אנדערע האט מען געשיקט אין קאצעטן אין האלאנד (דער גרעסטער פון זיי איז געווען [וועסטערבארק), פון וואס די מערהייט האט מען געשיקט אין באנען צו די טויט לאגערן אין פוילן, וואו זיי זענען אומגעקומען.