אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספר בראשית"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.2+) (באט: לייגט צו vep:1. Moisejan kirj
מ r2.6.8) (ראָבאָט: ענדערן yo:Ìwé Genesisi צו yo:Ìwé Gẹ́nẹ́sísì
שורה 126: שורה 126:
[[wa:Djeneze]]
[[wa:Djeneze]]
[[xh:Genesis]]
[[xh:Genesis]]
[[yo:Ìwé Genesisi]]
[[yo:Ìwé Gẹ́nẹ́sísì]]
[[zh:創世記]]
[[zh:創世記]]
[[zh-min-nan:Chhòng-sè-kì]]
[[zh-min-nan:Chhòng-sè-kì]]

רעוויזיע ביי 01:02, 6 דעצעמבער 2012

בְּרֵאשִׁית (אַרויסגערעדט: בירײשיס) (אין אָנהײב), דאָס ערשטע ספֿר פֿון חומש, הײבט איך אָן מיטן וואָרט „בראשית“. אין די אײראָפעאישע שפראַכע איז עס באַקאַנט מיטן נאָמען „גענעזיס“ (גריכיש וואָרט, דער טײַטש „אַנטשטײאונג“, די אַנטשטײאונג פֿון וועלט), נאָמען פֿון ספֿר בראשית אין דער אַלטער גריכישער תנ"ך–איבערזעצונג „סעפטואַגינטא“. דאָס ספֿר האָט 12 סדרות. עס אַנטהאַלט דעם סיפור ווי אַזוי די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן, דערנאָך דעם סיפור פֿון אדם וחוה, קין און הבֿל, נח און דעם מבול, נמרוד, אבֿרהם אבֿינו, יצחק אבֿינו, יעקבֿ אבֿינו, יוסף און די ברידער, ביז יעקבֿ און זײַנע קינדער זענען געקומען קײן מצרים און דעם טויט פֿון יעקבֿ און די שבֿטים.

דער ערשטער שבת אָנהײב ווינטער ווען מען הײבט אָן לײעגען דעם דאָזיקן ספֿר, ווערט אָנגערופֿן „שבת בראשית“, ווײַלֹ אויך די סדרה פֿון דער וואָך הײסט „בראשית“. עס איז אַן אַלטער מנהג אויך אום שמחת תורה צו לײענען די ערשטער פרשה פֿון בראשית און דער וואָס קריגט די דאָזיקע עליה הײסט „חתן בראשית“, און לכּבֿוד אים ווערן געזונגען פיוטים.

זעט: תורה, חומש, און מעשה בראשית

אינהאלט פון ספר בראשית

ספר בראשית פארנעמט זיך מיט 3 הויפט טעמעס:

1. מעשה בראשית - וואס עס האט פאסירט ביים אנפאנג פון די וועלט-באשאפעניש. דאס קומט פארענטפערן די פאלגנדיגע פראגעס:

  • מעשה בראשית - ווי אזוי איז די וועלט באשאפן געווארן.
  • אדם הראשון מיט חווה - מיט וואס און פארוואס איז דער מענטש אנדערש פון אלע חיות, פארוואס איז דער מענטש אנגעטאן מיט קליידער, פארוואס שטארבט מען און פארוואס א שלאנג איז די פיינט פון דער מענטש.
  • קין מיט הבל - פארוואס מענטשן וואנדערן זיך איבער די גארער וועלט, און פארוואס די איינקום גיט נישט צומאלן ווייץ.
  • די מבול וואסער מיט נח - איז מסביר די באוווסטע לענגדע אדער געשיכטע פון א גרויסע שטרומוואסער וואס האט פארפלייצט די וועלט, און פארוואס האבן די יידן אין צוקונפט איינגענומען כנען.
  • דור הפלגה - איז מסביר די מלוכה און די געזעצן.

2. די געשיכטעס פון די אבות - ווי אזוי האט זיך אנגעהויבן כלל ישראל און ווער איז אירע עלטערן.

3. די געשיכטע פון יוסף אין כנען און אין מצרים - ווי אזוי האבן די יידן אראפגענידערט קיין מצרים.

דער סדר פון פרשיות אין ספר בראשית

אין ספר בראשית איז דא 12 פרשיות:


ספר {{{1}}}, [[:he:s:{{{1}}} {{{2}}} |פרק {{{2}}}]]