אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זעקסטאגיקע מלחמה"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 26: שורה 26:
די סאוועטישע לענדער, האבן אפגעהאקט זייער דיפלאמאטישע באציונגען, מיט ישראל, די לענדער פון אפריקע האבן אויך אפגעהאקט זיערע באציונגען, און [[פראנקרייך]] האט ארויף געלייגט א וואפן עמבארגא, אויף ישראל, אסאך לענדער האבן באשולדיגט ישראל, אין זיין אימפעריאליסטיש, און נוצן צופיל כח.
די סאוועטישע לענדער, האבן אפגעהאקט זייער דיפלאמאטישע באציונגען, מיט ישראל, די לענדער פון אפריקע האבן אויך אפגעהאקט זיערע באציונגען, און [[פראנקרייך]] האט ארויף געלייגט א וואפן עמבארגא, אויף ישראל, אסאך לענדער האבן באשולדיגט ישראל, אין זיין אימפעריאליסטיש, און נוצן צופיל כח.


די מערב וועלט אבער האט געפילט אינעם זיג, נאך א ניצחון פון די מערב קעגן [[קאמוניזם]], וויבאלד די רוסן האבן געשטיצט די אראבער
די מערב וועלט אבער האט געפילט אינעם זיג, נאך א ניצחון פון די מערב קעגן [[קאמוניזם]], וויבאלד די רוסן האבן געשטיצט די אראבער
== דער איינפלוס פון דער קריג ביז היינט ==
ביז היינט עקזיסטירט אין ישראל א טיפע [[מחלוקת]] וועגן דער מלחמה, ווייל די [[לינקע]] באטראכטן די רעזולטאטן פון דער מלחמה ווי דעם מקור פון אלע פראבלעמען צווישן ישראל מיט די אראבישע לענדער און שטעלט אין סכנה די עצם עקזיסטענץ פון מדינת ישראל. און זיי האלטן אז ישראל דארף מאכן [[שלום]] לויט די דעלעגאציע פון דער [[אראבישע ליגע|אראבישער ליגע]] לויטן יסוד פונעם [[סאודישן פלאן]].

{{ישראל פאלעסטינער קאנפליקט}}

[[קאטעגאריע:זעקסטאגיקער מלחמה]]

{{Link FA|id}}
{{Link FA|ms}}
{{Link FA|ur}}

[[en:Six-Day War]]
[[he:מלחמת ששת הימים]]
[[de:Sechstagekrieg]]
[[ar:حرب 1967]]
[[bg:Шестдневна война]]
[[ca:Guerra dels Sis Dies]]
[[cs:Šestidenní válka]]
[[cy:Rhyfel Chwe Diwrnod]]
[[da:Seksdageskrigen]]
[[dv:ހަދުވަހުގެ ހަނގުރާމަ]]
[[el:Πόλεμος των Έξι Ημερών]]
[[eo:Sestaga milito]]
[[es:Guerra de los Seis Días]]
[[eu:Sei Eguneko Gerra]]
[[fa:جنگ شش روزه]]
[[fi:Kuuden päivän sota]]
[[fr:Guerre des Six Jours]]
[[gl:Guerra dos Seis Días]]
[[hr:Šestodnevni rat]]
[[hu:Hatnapos háború]]
[[id:Perang Enam Hari]]
[[is:Sex daga stríðið]]
[[it:Guerra dei sei giorni]]
[[ja:第三次中東戦争]]
[[jv:Perang Enem Dinten]]
[[ka:ექვსდღიანი ომი]]
[[ko:6일 전쟁]]
[[la:Bellum Sex Dierum]]
[[lt:Šešių dienų karas]]
[[lv:Sešu dienu karš]]
[[mk:Шестдневна војна]]
[[ms:Perang Enam Hari]]
[[nl:Zesdaagse Oorlog]]
[[nn:Seksdagarskrigen]]
[[no:Seksdagerskrigen]]
[[pl:Wojna sześciodniowa]]
[[pt:Guerra dos Seis Dias]]
[[ro:Războiul de Şase Zile]]
[[ru:Шестидневная война (1967)]]
[[simple:Six-Day War]]
[[sk:Šesťdňová vojna]]
[[sl:Šestdnevna vojna]]
[[sr:Шестодневни рат]]
[[sv:Sexdagarskriget]]
[[th:สงครามหกวัน]]
[[tr:Altı Gün Savaşı]]
[[uk:Шестиденна війна]]
[[ur:6 روزہ جنگ]]
[[vi:Chiến tranh Sáu ngày]]
[[zh:第三次中东战争]]

רעוויזיע ביי 13:37, 1 דעצעמבער 2009

צה"ל באלד נאכן אייננעמען דעם הר הבית

די זעקסטאגיקע מלחמה (העברעיש: מלחמת ששת הימים) איז געווען דער קריג צווישן ישראל קעגן מצרים, יארדאניע, סיריע מיט הילף פֿון איראק. די מלחמה האט זיך אנגעהייבן כ"ז אייר ה'תשכ"ז (יוני 5, 1967) און זי האט זיך געצויגן 6 טעג. אין דער מלחמה האט ישראל געזיגט. ישראל האט איינגענומען ריזיקע שטחים וואס האט פארגרעסערט דעם שטח פון ישראל דריי מאל אזוי פיל ווי ישראל איז געווען פאר דער מלחמה. צווישן די שטחים וואס ישראל האט איינגענומען, איז אריינגערעכנט: סיני, עזה ראיאן, רמת הגולן, יהודה ושומרון (מערבֿדיקן ברעג פון פאלעסטינע) און מזרח־ירושלים.

ביי דער מלחמה האט משה דיין געדינט ווי דער זיכערהייטס מיניסטער נאך וואס דער פרעמיער מיניסטער, לוי אשכול, האט אים געמוזט שענקען די שטעלע (כאטש וואס משה דיין האט באלאנגט צו דער אפאזיציע) צוליב דעם וואס יגאל אלון האט דאן פארברענגט ביי א קאנגרעס אין דעם ראטן פארבאנד, שעף פון גענעראל שטאב, איז געווען יצחק רבין.

די אורזאכן צו דער מלחמה

דער קריג האט אויסגעפלאצט אלס די געשפאנקייט וואס האט געהערשט צווישן ישראל מיט די אראבישע מדינות בכלל און סיריע בפרט וועגן דער קריג אויף די וואסער־קוואלן פונעם טייך ירדן. אויך איז דער קריג אנטוויקלט געווארן נאך וואס נאסער (פרעזידענט פון מצרים) האט אריינגעשיקט גרויסע מיליטער־גרופעס אין סיני און פארשיקט פון דארט די יו ען כדי צו אנשרעקן ישראל.

די יארדאנישע פראנט

ישראל האט פרובירט, אין די צייט איידער דעם קריג, צו באיינפלוסן כוסיין קעניג פון יארדאניע, נישט אריסצוגיין אין א קריג, קעגן ישראל, געהיימע געשפרעכן זענען אפגעהאלטן געווארן צווישן דער קעניג, און ישראל דיפלאמאטן. ווי מען האט קלארגעשטעלט פארן קעניג, אז ישראל האט נישט קיין אינטערעס צו אטאקירן יארדאניע, אבער אויב יארדאניע וועט אנפאנגען, וועט ישראל ארויס אין א קריג, וואס וועט זיין זייער אומאנגענעם.

אבער די 5טע יוני, האט עגיפטן געמאלדן אין אירע מעדיע, אז איר מיליטער מאכט פארשריט, און זענען שוין אין ישראל זעלבסט, דאס האט צוגעברענגט אז יארדאניע, זאל אנפאנגען א קאמף פון איר זייט, וואס איז בעיקר באשטאנען פון באמבאדירונגען, אין ירושלים, לאטראן געגנט, און רמת דוד פליפעלד, א מיליטערישע פליפעלד. ישראל האט אטאקירט די מערב ברעג, און מערסנטייל גאר שנעל איינגענומען די שטעט און געגנטער, אין ירושלימע אומגעגנט, זענען געווען שווערע קאמפן, ווי די אמוניציע בארג, אין דריי טעג, איז די גאנצע מערב ברעג, געווען ביי ישראל אין די הענט.

די סירישע פראנט

אויף די 9טע יוני, שוין נאכן ענדיגן, מיט עגיפטן און יארדאניע, איז געקומען סיריעס רייע, סיריע האט באשאסן מיט ארטילעריע, די חולה טאל, און פריבירט אטאקירן אין צפון, זיי זענען אבער, צוריק געשטויסן געווארן, דורך זיכערהייטס קרעפן און טאנקען, דוד אלעזר, הויפט גענעראל פונעם צפון פראנט, האט מיט זיבן בריגאדעס אטאקירט די גולן הויכן, און פארדעם "'באווייכערט"' די גולן מיט אטאקעס פון די לופט, און זעלנער האבן איינגענמען די געגנט, ביי די 10טע יוני, איז די קריג געקומען צו אן ענדע, און די מיליטער האט איינגענומען, הר חרמון אויפן זיבעטע טאג פון די מלחמה, אן א קאמף,

יו עס עס ליבערטי

אן אמעריקאנער שיף וואס איז געפארן גאנץ נאנט צום סיני, איז נישט אידענטיפיצירט געווארן דורך ישראל קרעפטן, און נאכן פרובירן צו קומען אין קאנטאקט עטליכע מאל, האבן די ים קרעפטן, און לופט כוחות, באמבאדירט די שיף. דאס שיף איז ערנסט געשעדיגט געווארן, און צענדליגע אמעריקאנע זעלנער זענען אומגעקומן, נאך א גאנצע טענהריי אויב דאס שיף האט זיך אידענטיפיצירט צו נישט, האט ישראל באצאלט קאמפענסאציע פאר די פאמיליעס פון די אומגעקומענע זעלנער.

ישראל נאכן מלחמה

ישראל האט איינגענומען ריזיגע טעריטאריעס, און די לאנד איז געווארן דריי מאל אזוי גרויס, ווי פארן מלחמה, די סיני האלב אינזל, און די עזה שטרייף, פון עגיפטן. מזרח ירושלים, און די מערב ברעג, פון יארדניע, די גולן הויכן, און די חרמון, פון סיריע.

ישראל האט פארלוירן, נאנט צו 800 סאלדאטן, און בערך 3,000 פארווונדעטע. די אראבישע לענדער האבן פארלוירן א געשאצטע 20,000 סאלדאטן, נאך טויזענטע פארווונדעטע, און געפאנגענע.

פאליטישע קאנסקעווענצן

די סאוועטישע לענדער, האבן אפגעהאקט זייער דיפלאמאטישע באציונגען, מיט ישראל, די לענדער פון אפריקע האבן אויך אפגעהאקט זיערע באציונגען, און פראנקרייך האט ארויף געלייגט א וואפן עמבארגא, אויף ישראל, אסאך לענדער האבן באשולדיגט ישראל, אין זיין אימפעריאליסטיש, און נוצן צופיל כח.

די מערב וועלט אבער האט געפילט אינעם זיג, נאך א ניצחון פון די מערב קעגן קאמוניזם, וויבאלד די רוסן האבן געשטיצט די אראבער