אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וויטעבסק"
מאין תקציר עריכה |
מאין תקציר עריכה |
||
שורה 10: | שורה 10: | ||
[[en:Vitebsk]] |
[[en:Vitebsk]] |
||
[[de:Witebsk]] |
[[de:Witebsk]] |
||
[[he: |
[[he:ויטבסק]] |
||
[[fr:Vitebsk]] |
[[fr:Vitebsk]] |
||
[[it:Vitebsk]] |
[[it:Vitebsk]] |
רעוויזיע ביי 20:19, 10 סעפּטעמבער 2009
װיטעבסק (װײַסרוסיש: Вiцебск ;רוסיש: Витебск) - אַ שטאָט אױף די ברעגן פֿון מערב-דװינע אינעם צפּון-מזרחדיקן טײל פֿון װײַסרוסלאַנד. צום ערשטן מאָל איז זי דערמאָנט געװאָרן אין די היסטאָרישע דאָקומענטן אין 1021, אָבער איר אָפֿיציעל גרינדונגס-יאָר איז 974.
במשך פֿון עטלעכע יאָרהונדערטער איז װיטעבסק געװען די הױפּטשטאָט פֿון אַ געגנט מיט אַ היפּשער צאָל ייִדישע תּושבים. בײַם סוף 19סטן י"ה, דאָס רוב אײַנװױנער פֿון אַט דער שטאָט װי אױך פֿון אַ סך אַרומיקע שטעטלעך זײַנען געװען ייִדן (אין װיטעבסק גופֿא - אַן ערך 52% אין 1897).
װיטעבסק האָט געשפּילט אַ בכבודיקע ראָליע אין דער געשיכטע און קולטור פֿון מזרח-אײראָפּעיִשן ייִדנטום. אין פֿאַרשײדענע צײַט-אָפּשניטן, איז זי געװען דער אָרט פֿון געבורט אָדער װױנונג פֿון אַזעלכע פּראָמינענטע פּערזענלעכקײטן װי רבי מנחם מענדל װיטעבסקער, באַראָן יוסף גינצבורג, יהודה פּען, מאַרק שאַגאַל, על ליסיצקי, אָסיפּ צאַדקין, ש. אַן-סקי, חיים זשיטלאָװסקי, שלמה יודאָװין, לעאָן קאָברין, איסר הראל און אַזױ װײַטער.