מנחם מענדל פון וויטעבסק
רבי מנחם מענדל פֿון װיטעבסק (ה'ת"ץ - א' אייר ה'תקמ"ח) איז געווען פֿונעם ערשטן דור מנהיגים פון חסידים. באקאנט ווי רבי מענדעלע וויטעבסקער.
אָפּשטאַם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מענדעלע איז געבוירן געװאָרן אין יאָר ה'ת"ץ אין וויטעבסק, רײַסן (דעמאָלסט אין פּוילן, הײַנט אין בעלארוס), צו זײַן פֿאָטער הרב משה, אין צו זײַן מוטער מרת ליבא.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געװען אײנער פֿון די ערשטע גדולים אין דער געשיכטע פֿון דער חסידישער באַװעגונג. אַ חשובער תּלמיד פֿונעם מעזריטשער מגיד, האָט ער געשפּילט אַ בכבודיקע ראָלע אין פֿאַרשפּרײטן חסידות אין רײַסן (װײַסרוסלאַנד) און ליטע. נאָך דער פּטירה פֿונעם מעזריטשער מגיד איז ער געװאָרן דער מנהיג פֿון חסידים אין יענע מקומות. זײַן ייִנגערער מיטצײַטלער און דער קומענדיקער גרינדער פֿונעם חב"ד-חסידות, רבי שניאור זלמן ליאַדער, האָט אים דאַן געהאַלטן פֿאַר זײַן רבי'ן.
עליה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין חודש אדר ה'תקל"ז האט רבי מענדעלע באשלאסן ארויף צוגיין קיין ארץ ישראל, און זיך געלאזט אין וועג אריין אין אײנעם מיט רבי אברהם פון קאליסק און רבי ישראל פאָלאָצקער און נאך דרײַ הונדערט חסידים, און אין חודש אלול זענען זיי אנגעקומען קײן ארץ ישראל. אין אנפאנג, האָט ער זיך באַזעצט אין פקיעין, דערנאך אין צפת. אין יאר ה'תקנ"ג, נאך רדיפות פון די טערקן, איז ער אַריבערגעפֿאָרן קײן טבריה.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין חודש אב תקמ"ז איז רבי מענדעלע קראנק געווארן. רבי מענדעלע איז נפטר געווארן אין טבריה א' אייר ה'תקמ"ח, און ער ליגט אין דעם אלטן בית החיים פון טבריה, אין דעם חלקת תלמידי בעש"ט.
זײַנע ספֿרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- פּרי הארץ
- פּרי העץ
- ליקוטי אמרים