אסיפ צאדקין
געבורט |
4 יולי 1888 וויטעבסק, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
25 נאוועמבער 1967 (אלט 79) פאריז, פראנקרייך |
מדינה | פראנקרייך, רוסלענדישע אימפעריע |
אונטערשריפט | |
אָסיפּ (יאָסל) צאַדקין (רוסיש: Осип Цадкин; פֿראַנצױזיש: Ossip Zadkine; דעם 14טן יולי 1890 - 25סטן נאָװעמבער 1967) איז געװען אַ פּראָמינענטער פֿראַנצױזישער סקולפּטאָר, מאָלער און גראַפֿיקער פֿון רוסיש-ייִדישן אָפּשטאַם.
ער איז געבױרן געװאָרן אין סמאָלענסק (רוסלענדישע אימפּעריע) אין אַ ייִדיש-שאָטישער משפּחה (זײַן פֿאָטער, אהרן צאַדקין, אַ לערער פֿון די קלאַסישע שפּראַכן אינעם סמאָלענסקער קריסטלעכן סעמינאַריום, איז געװען אַן אָרטיקער ייִד און זײַן מוטער, סאָפֿיע לעסטער, האָט געשטאַמט פֿון דער משפּחה פֿון שאָטישע אימיגראַנטן, װאָס האָבן זיך באַזעצט אין רוסלאַנד שױן אין דער תּקופֿה פֿונעם קײסער פּעטער דעם גרױסן).
זײַנע קינדערשע יאָרן האָט אָסיפּ פֿאַרבראַכט אין וויטעבסק, דער הױפּטשטאָט פֿון דער שכנישער גובערניע (איצטער אין װײַסרוסלאַנד). אין 1900-1904 האָט ער זיך געלערנט דאָרטן אין דער 4-יעריקער שטאָטישער שולע (אגב, די ערשטע צװײ יאָר - צוזאַמען מיט מאַרק שאַגאַל), און שפּעטער צו (אױכעט אײנצײַטיק מיט שאַגאַלן) - אין דער קינסטלערישער שולע פֿון יהודה פּען.
אין 1905 איז אָסיפּ געפֿאָרן קײן ענגלאַנד, װוּ, במשך פֿון עטלעכע יאָרן, האָט ער געאַרבעט אין סטאָליער-װאַרשטאַטן, זיך געלערנט אין אָרטיקע קינסטלערישע שולן, שטודירט די קלאַסישע קונסט אין די זאַלן פֿונעם "בריטישן מוזײ" אין לאָנדאָן.
אין 1910 האָט אָסיפּ צאַדקין זיך באַזעצט אין פּאַריז, װוּ ער האָט געדונגען אַן אַטעליע אינעם באַרימטן "בינשטאָק" (La Ruche). אין 1911 האָט ער צום ערשטן מאָל אױסגעשטעלט זײַנע סקולפּטור-בילדער אין דעם "סאַלאָן פֿון די אומאָפּהענגיקע" (Salon des Indépendants) און דעם "האַרבסט-סאַלאָן" (Salon d'Automne). דערנאָך האָט ער אָנטײלגענומען אין די קינסטלערישע אױסשטעלונגען אין פּעטערבורג (1912), בערלין (1914) און לאָנדאָן (1914). ער האָט זיך באַקענט מיט גיִיאָם אַפּאָלינער (Guillaume Apollinaire), בלעז סאַנדראַר (Blaise Cendrars), אַמעדעאָ מאָדיליאַני (Amedeo Modigliani), זשאַק ליפּשיץ (Jacques Lipchitz), קאָנסטאַנטין בראנקוזי (Constantin Brancusi), פּאַבלאָ פּיקאַסאָ (Pablo Picasso), אַנרי מאַטיס (Henri Matisse) און אַנדערע פּראָמינענטע פֿאָרשטײער פֿון דער פּאַריזער קינסטלערישער און ליטעראַרישער סביבה.
אָסיפּ צאַדקין האָט זיך באַטײליקט אַלס אַ פֿרײַװיליקער אין דער ערשטער װעלט-מלחמה (געדינט אין דער פֿראַנצױזישער אַרמײ, און אין 1916 איז פֿאַרװוּנדעט געװאָרן בעת אַ דײַטשישער גיפֿטגאַזן-אַטאַקע).
אין די 1920ער יאָרן האָט דער קינסטלער אױסגעאַרבעט זײַן אײגענעם נוסח, באַזירט אױפֿן פֿאַראײניקן די פּרינציפּן פֿון קוביזם און עלעמענטן פֿון די אַרכאַיִשע "פּרימיטיװע" קונסטן. בכדי צו דערגרײכן אַ העכערן אױסדריקלעכקײט-ניװאָ פֿון זײַנע װערק, פֿלעגט ער אױסנוצן פֿאַרשײדנאַרטיקע מאַטעריאַלן, מאָדעלירן עפֿענונגען און ריסן, שאַפֿן בולטע און אַרײַנגעבױגענע אױבערפֿלאַכן, פֿאַרבן און באַדעקן זײ מיט צײכענונגען און אַלפֿאַבעט-טעקסטן, וכדומה. אַזױ אַרום, עס האָט זיך צומאָל געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז דער סקולפּטור-רױם איז גלײַך װי אױסגעקערט געװאָרן אױף דער לינקער זײַט.
אין 1941-1945, בשעת דער צװײטער װעלט-מלחמה, האָט ער געלעבט און געאַרבעט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. אין 1945 האָט ער זיך אומגעקערט קײן פֿראַנקרײַך.
אין די נאָכמלחמהדיקע יאָרן, זײַנען צאַדקינס גרױסע רעטראָספּעקטיװע אױסשטעלונגען פֿאָרגעקומען אין די מוזײען פֿון אַמסטערדאַם, פּאַריז און ראָטערדאַם. אין 1953 האָט מען אױפֿגעשטעלט אין ראָטערדאַם זײַן באַקאַנטע דענקמאָל-סקולפּטור "די צעשטערטע שטאָט" (װי באַװוּסט, בשעת דער צװײטער װעלט-מלחמה, האָבן די נאַציס חרוב געמאַכט דעם צענטראַלן טײל פֿון אָט דער האָלענדישער שטאָט). הײַנט-צו-טאָג, דעם קינסטלערס װערק געפֿינען זיך אין די גרעסטע מוזײען פֿון דער װעלט.
אָסיפּ צאַדקין איז נפֿטר געװאָרן אין 1967 אין פּאַריז. צו קבורה האָט מען אים געבראַכט אױפֿן "מאָנפּאַרנאַס"-צווינטער. אין 1982, אין דעם הױז אױף דער פּאַריזער גאַס d'Assas, װוּ ער האָט געלעבט און געאַרבעט זינט 1928, האָט מען געעפֿנט זײַן מוזײ.