יהודה פען
געבורט |
5 יוני 1854 Q279583, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
דערמארדעט |
1 מערץ 1937 (אלט 82) וויטעבסק, Q2895, סאוועטן פארבאנד |
פאך | מאלער |
יודל (יהודה) פּען (ענגליש: Yehuda Pen; רוסיש: Юрий Моисеевич Пэн) (5טן יוני 1854 - 28סטן פעברואר 1937) איז געווען א אַ רוסישער און װײַסרוסישער מאָלער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, און דער מאָלערײַ-לערער פון מארק שאגאל. ער איז געווען אַן אָנגעזעענער טוער פֿונעם "ייִדישן רענעסאַנס" אין דער קונסט פֿון װײַסרוסלאַנד.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פען איז געבױרן דעם 5טן יוני 1854 צו אן ארעמער יידישער פאמיליע אין נײַ-אַלעקסאַנדער, קאָװנער גובערניע, רוסלענדישע אימפּעריע (איצט זאַראַסײַ אין דער ליטװישער רעפּובליק). שפעטער האט ער געוואוינט אין דענענבורג (היינט לעטלאנד). ער האט שטודירט קונסט אין דער פעטערבורגער קונסט אקאדעמיע.
ער איז געווען אַן אָנגעזעענער טוער פֿונעם "ייִדישן רענעסאַנס" אין דער קונסט פֿון װײַסרוסלאַנד אין אָנהײב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. אין 1897 האָט ער געגרינדעט אין װיטעבסק אַ פּריװאַטע שולע פֿון צײכענען און מאָלערײַ. עס האָבן זיך בײַ אים געלערנט מאַרק שאַגאַל, אָסיפּ צאַדקין, על ליסיצקי און נאָך אַנדערע באַקאַנטע קינסטלער.
פען איז געשטאָרבן דעם 28סטן פֿעברואַר 1937 אין וויטעבסק, (װײַסרוסלאַנד).
גאַלעריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]-
א גאס אין וויטעבסק
-
א זייגער מאכער
-
א גט
-
א תלמיד חכם