Triple Frontera
דער טריפל פֿראנטערא ״דריי לענדער עק״ (שפּאַניש: La Triple Frontera, פארטוגעזיש: Tríplice Fronteira) איז א דרייפאכיקער גרענעץ שטח ביים צוזאמענקום פון פאראגוויי, ארגענטינע און בראזיל, וואו די איגואזו און פאראניא טייכן פליסן צוזאמען. נאענט צום צוזאמענפלוס זענען די שטעט סיודאד דעל עסטע (פאראגוויי); פוערטא איגואזו (ארגענטינע) און פאס דו איגוואסו (בראזיל).
באפעלקערונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די באפעלקערונג אינעם דריי לענדער עק איז קאנצענטרירט אין די דריי גרענעץ שטעט. די גרעסטע פון זיי איז סיודאד דעל עסטע אין פאראגוויי, וואס האט געהאט אין 2010 א באפעלקערונג פון 390,000, און די קלענסטע איז פוערטא איגוואזו, ארגענטינע, מיט א באפעלקערונג פון 82,000. די טוריסן שטאטן פאס דא איגוואצו אין בראזיל האט 300,000 באוואוינער.
טוריזם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער דריי לענדער עק איז א וויכטיקער טוריסטן געגנט. ביים צוזאמענקום פון די דריי לענדער האט יעדע לאנד געבויט אן אבעליסק אין זיינע נאציאנאלע קאלירן. פון יעדן אבעליסק קען מען זען אלע דריי לענדער.