Windows Vista
Windows Vista (װינדאָס װיסטאַ) איז דער נאמען פון דער אפערירן סיסטעם וואס מייקראסאפט־Windows האט באפרייט אנהייב 2007. די אפערירן סיסטעם באדינט פערזענלעכע קאמפיוטערס (פארן הויז און פארן געשעפט), שויס קאמפיוטערס, און ווי א מעדיע צענטער. פאר זיין אנמעלדונג (ט"ו תמוז ה'תשס"ה ; דעם 22סטן יולי 2005), איז Vista געווען באקאנט מיטן קאדנאמען Longhorn.
י"ז חשוון ה'תשס"ז ; דעם 8טן נאוועמבער 2006 איז דער אנטוויקלונג פון Windows Vista געווען גענצליך, און אין א באפרײַוּנג געשטעל; מײַקראָסאָפֿט האט דערקלערט אז די געפלאנטע דאטע צו אים פראדוקטירן פאר דער וועלט איז י"א שבט ה'תשס"ז; דעם 30סטן יאנואר 2007.
די דאזיקע באפרייונג איז געקומען 5 יאר נאכן Windows XP באפרייונג. דאס איז די לענגסטע צייט־ציהונג צווישן אפערירן סיסטעמען וואס מייקראסאפט האט פראדוצירט ביז דאן.
Windows Vista קומט מיט עטלעכע נייע פראדוקטן, פון זיי די Windows Mail, Windows Sidebar און נאך.
Windows Vista אַרױסגאַבעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פאלגנדיק איז א ליסטע פון די Windows Vista פעקלעך:
- Windows Vista Starter - זייער א בעגרענעצטע און ביליגע ווערסיע פאר פרימיטיווישע און ארימע לענדער וועלכע דער ווינדאס איז נאר וואס אריין אין מארק.
- פון אירע באגרענעצטע פונקציעס: 1) ער שטיצט נאר א 32-BIT פראצעסער. 2)מען קען נוצן נאר 3 קאמפיוטער פראגראמען אין איין וויילע. 3) עס שטיצט נישט א לאקאלער נעצווערק (נאר א אינטערנעט-נעצווערק). 4) דאס קומט אָן דער AERO אינטערפעס.
- Windows Vista Home Basic - א גרונדענע ווערסיע פון ווינדאס פארן הויז וואס קומט נישט מיט נעצווערק קאנפיגוראציעס און די AERO אינטערפעס.
- Windows Vista Home Premium - די ווערסיע איז אויך פאר הויזלעכע באניצערס, אבער דאס דינט אויך ווי א מעדיע צענטרום אויף צו ארגאניזירן מולטימעדיע, ווידעא-באארבעטן און נאך.
- Windows Vista Business - די ווערסיע איז ענדלעך צום Windows XP Professional וואס דינט פאר ביזנעס אין ביורא אדער אין הויז. אין די ווערסיע פעלט געוויסע מעדיע פונקציעס וואס דער Home Premium האט.
- Windows Vista Enterprise - די ווערסיע איז געמאכט פאר גרויסע ביזנעס געשעפטן וואס האט אין זיך פארגעשריטענע פונקציעס. (קומט מיט א Bitlocker).
- Windows Vista Ultimate - די ווערסיע האט אין זיך אלע פריעריגע פונקציעס.
אײגנקײַטן אין Windows Vista
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]װינדאָס װיסטא קומט מיט פֿאַרשײדענע נײַע פֿונקציעס, פֿון זײ:
- Windows Sidebar
- ReadyBoost
- Windows Mail
- Windows Calendar
- Windows Firewall with Advanced Security
- Windows Media Center