Windows Server 2008

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Windows Server 2008 עקראַן־כאַפּ

Windows Server 2008 איז די לעצטע דינער אפערירן סיסטעם פֿון Microsoft. עס איז באַפֿרײַט געװאָרן פֿעברואַר 27, 2008 (כ"א אדר א' ה'תשס"ח). Windows Server 2008 איז דער נאָכקומער פֿון Windows Server 2003.

Windows Server 2008 איז געבױט אױף דער זעלבער קאָד־נאָמען פֿון Windows Vista, און עס האָט פיל ענדלעכע אײגנקײַטן װי די Windows Vista. נאָך דעם איז אַרױס די Windows Server 2008 R2 װערסיע װעלכע איז געבױט אױפֿן Windows 7 קאָד־נאָמען.

דינער־יאָדער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Windows Server 2008 איז כּולל אַ דינער־יאָדער (Server Core). דינער־יאָדער איז אַזאַ סאָרט אינסטאַלאַציע װעלכע קומט אָן אַ Windows Explorer שאָל, אַלע אײַנשטעלונגען װערן ערלײדיקט דורך אַ באַפֿעל־ליניע רױם (command line interface).

Active Directory אױפֿגאַבעס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Active Directory איז פֿאַרברײטערט געװאָרן מיט אידענטיטעט, באַשטעטיקונג און דיגיטאַלע רעכטן אַדמיניסטראַציע סערװיזן. די Active Directory ביז די Windows Server 2003 װאָס דערלױבט צענטראַליזירן און אַדמיניסטרירן לאָקאַלע גרופּעס פּאָליסן פֿאַר בשותּפֿותדיקע קאָמפּיוטערס באַניצערס האָט געטױשט איר נאָמען צו Active Directory Domain Services ו(AD DS) און עס איז צוגעקומען נײַע AD סערװיזן.

Windows Server 2008 64Bit איז כּולל אַ Hyper-V.

Windows אפערירן סיסטעמען

Windows 1.0 | Windows 2.0 | Windows 3.x | Windows 95 | Windows 98 | Windows NT | Windows Me | Windows 2000 | Windows XP | Windows Server 2003 | Windows Server 2008 | Windows Vista | Windows 7 | Windows 8