תמר זאנדבערג
געבורט |
29 אפריל 1976 (אלט 48) כ"ט ניסן ה'תשל"ו רמת גן, ישראל | ||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
מדינה | ישראל | ||||||||
לערנארט | תל אביבער אוניווערסיטעט, בן גוריון אוניווערסיטעט פונעם נגב, העברעאישער אוניווערסיטעט אין ירושלים | ||||||||
פארטיי | מרצ | ||||||||
מאן | אורי זכי | ||||||||
tamarzandberg | |||||||||
| |||||||||
| |||||||||
| |||||||||
תמר זאַנדבערג (געבוירן דעם 29סטן אפריל 1976, כ"ט ניסן ה'תשל"ו) איז א ישראלישע פאליטיקערין וואס האט געדינט אלס כנסת דעפוטאט פאר דער מרצ פארטיי. זי האָט אויך געדינט אלס פארזיצער פון מרצ פון 2018–2019 און איז געווען א דעפוטאט אין דעם 20סטן כנסת, וואו זי האט געדינט אלס פארזיצער פון דעם קאמיטעט צו באקעמפן ניצן דראגס און אלקאהאל און אראק.
תמר זאַנדבערג וואוינט אין תל אביב-יפו מיט איר שותף, אורי זכי, פאָרזיצער פון דער “מרצ”-ראַט און געוועזענער דירעקטאר פון דער “בצלם” אָרגאַניזאַציע אין אַמעריקע. זאנדבערג האט צוויי טעכטער, איינע פון א פריערדיגער חתונה און א געטיילטע טאכטער מיט זכי.
אין מערץ 2019, אלס טייל פון דער מרצ פארטיי'ס וואל קאמפאניע פאר דער 21סטער כנסת, האט זי מיט איר שותף אפגעהאלטן א סארט אלטערנאטיווע חתונה צערעמאָניע אינדרויסן פונעם הויפט רבנות בנין אין תל אביב.