לדלג לתוכן

ששון חי אברהם

פֿון װיקיפּעדיע
ששון חי אברהם
פאך לערער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב ששון חי אברהם (ה'תרפ"ט, שאנכיי - ט"ז תמוז, ה'תשע"א, לאנדאן) איז געווען א רב און א מחנך אין לאנדאן, ענגלאנד.

הרב ששון חי איז געבוירן תרפ"ט אין שאנכיי צו זיין פאטער ר' דוד אברהם, א ירא שמים פון א בבלישן אפשטאם. ער איז געווען דער עלצטער זון צווישן צען געשוויסטער. ווען ער איז געווען אלט 11 יאר, אין תש"א, זענען געקומען קיין שאנכיי די מירער ישיבה און דער אמשינאווער רבי. כאטש ער איז געווען א "ספרדישער" האט ער געלערנט אין דער ליטווישער מירער ישיבה און ער איז געווען א הויז־בחור ביים אמשינאווער רבין. ביי די 17 יאר האבן זיין עלטערן אים געשיקט אין אמעריקע וואו ער האט געלערנט זיבן יאר אין ישיבה תורה ודעת ביי ר' פייוול מענדלאוויטש, הרב ראובן גראזאווסקי, הרב יעקב קאמענעצקי, הרב משה שיסגאל און הרב גדליה שארר. דאס האט אים בייגעשטאנען א גאנץ לעבן און ער פלעג שטענדיג פארציילן זייערע הנהגות. אין יענע יארן איז אויך געווארן זייער נאנט צום קלויזנבערגער רבין. ווען ער האט געלערנט אין תורה ודעת האט מען אים געשיקט אויף א צייט אין ארץ ישראל צו ארבעטן מיט פעילים צו ראטעווען ספרדישע קינדער. אזוי האט ער דערקענט דעם חזון איש עטלעכע מאל.

שפעטער איז ער געפארן אין ענגלאנד וואו זיינע עלטערן האבן זיך געצויגן פון שאנכיי. די עלטערן האבן געוואוינט אינעם איסט ענד פון לאנדאן, און ששון איז געגאנגען לערנען אין דער גייטסהעדער ישיבה. דארט האט ער געלערנט יורה דעה און האט באקומען היתר הוראה פון הרב שמואל יוסף ראבינאוו.

ווען די פרדס הויז עלעמענטארע שולע האט געזוכט א מנהל, האבן זיי אויפגענומען ששון פאר דעם אמט. אזוי האט ער אנגעהויבן א לעבן פון חינוך. קורץ נאכהער האט ער געהייראט רות כהן. שפעטער איז געווארן דירעקטאר פון מנורה עלעמענטארע שולע, און האט געהאט שטעלעס אין דער JFS שולע, חשמונאים, באבאווער חדר, וויזשניצער חדר און אויך עטלעכע חדרים פון ק"ק כנסת ישראל (יונייטעד סינאגאג) אין לאנדאן. ער האט קיינמאל נישט פארגעסן די נעמען פון זיינע תלמידים, אפילו ווען זיי זענען געווארן זיידעס.

ווען מען האט אויפגעשטעלט די בית יעקב עלעמענטארע שולע אין גאלדערס גרין איז ער געווען דער עצה־געבער וואס האט געהאלפן אז מען זאל אויפשטעלן די שולע אויף פעסטע יסודות.

דורך זיין ארבעט אין די חדרים, איז ער עןסק געווען אין מקרב זיין קינדער פון שטובן וואס זענען ווייט פון עכטער יידישקייט, אין א צייט פאר מען האט געהערט פון דער "קירוב" באוועגונג.

במשך די יארן, איז ר' ששון געווען רב פון דער גן עדן שול אין סטאמפארד היל און שפעטער ווען ער האט זיך געצויגן קיין גאלדערס גרין איז ער געווארן רב פון דער אהל דוד שול, ביידע פון די עדות המזרח.

אין תשע"א איז ער געווארן קראנק, ביז אום ט"ז תמוז איז ער נפטר געווארן. ביי זיין לויה האבן מספיד געווען הרב חיים היילפרין, הרב שמעון וויינגארטן (ביי וועמען ער געלערנט דף היומי און האט מסיים געווען גאנץ ש"ס פיר מאל) און זיין זון, הרב יונתן אברהם, א דיין אין דעם לאנדאנער בית דין.

  • המודיע (ענגליש), ד' אב תשע"א, עמ' B31