שרעק (פילם)

פֿון װיקיפּעדיע
שרעק
Shrek
אַ סקולפּטור פֿון שרעק
באזירט אויף "שרעק!" פֿון וויליאַם סטייג
רעזשיסאר ענדרו אַדאַמסאָן
וויקי דזשענסאָן
פראדוצירער דזשעפֿרי קאַצנבערג
אהרן וואָרנער
דזשאָן ה. וויליאַמס
דערציילער מייק מייערס
שטימע אקטיארן מייק מייערס
עדי מערפֿי
קעמעראָן דיעז
דזשאָן ליטגוי
ווינסענט קאַסעל
דזשעניפֿער סעגין
דזשים קאַמינגס
מוזיק האַרי גרעגסאָן-וויליאַמס
דזשאָן פּאַועל
דני עלפֿמאַן
רעדאקטירונג סים עוואַן-דזשאָנס
סטודיא דרימוואָרקס אַנימאַציע
פּאַסיפֿיק דאַטע בילדער
פארשפרייטער דרימוואָרקס פֿילמען (דורך יוניווערסאַל פֿילמען
פארשפרייט 18טן מיי 2001
לענג 92 מינוטן
לאנד פאראייניקטע שטאטן
שפראך ענגליש
בודזשעט $60 מיליאָן
הכנסות $484,409,218

שרעק (ענגליש: Shrek) איז א קאמפיוטער-אנימירטער פילם וואס איז באזירט אויף וויליאם סטייג'ס קינדער בוך "שרעק!" פון 1990. ער איז רעזשיסירט געווארן דורך ענדרו אַדאַמסאן און אנימירט געווארן דורך דרימוואָרקס אנימאציע SKG צווישן 1998 און 2001. ער איז געווען דעם ערשטן פילם וואס האט געוואונען אן אקאדעמיע פריז פארן בעסטער אנימירטער פילם, א קאטעגאריע וואס איז ערשט צוגעלייגט געווארן אין 2001. דער פילם איז באפיירט געווארן אויף DVD דעם 2טן נאוועמבער 2001. עס אויך זענען דא דריי המשך-פילמען ("שרעק 2", "שרעק דער דריטער" און "שרעק אויף שטענדיק נאך") און א בראדוויי מוזיקטעאטער אדאפטאציע.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שרעק (געשפילט דורך מייק מייערס) איז א גרינער אָגר (ענגליש: ogre) וואס שטענדיק ליב וואוינען מיט שלום אין זיין זומפ. אבער, ער געפינט א סך באשעפענישן פון מעשיות וואס צעשטערן זיין פריוואטקייט. דאס איז צוליב דער באפעל פון לאָרד פֿאַרקוואַד (דזשאָן ליטגוי). שרעק גייט מיט אייזל (עדי מערפֿי) צו בעטן פון פֿאַרקוואַד צו געבן שרעק'ס פריוואטקייט צוריק. פֿאַרקוואַד וויל ווערן דער קעניג און הייראטן פרינצעסין פֿיאָנאַ (קעמעראן דיעז) צו מאכן זי זיין קעניגין.

שטימע אקטיארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • מייק מייערס אַלס שרעק
  • עדי מערפֿי אַלס אייזל
  • קעמעראָן דיעז אַלס פּרינצעסין פֿיאָנאַ
  • דזשאָן ליטגוי אַלס לאָרד פֿאַרקוואַד
  • ווינסענט קאַסעל אַלס מיסיע הוד (אַ פֿראַנצויזישער ראָבין הוד)
  • קאָנראַד ווערנאָן אַלס דער אינגבערברויט-מענטש
  • קריס מילער אַלס דזשעפּעטאָ און דער מאַגישער שפּיגל
  • קאָדי קאַמעראָן אַלס פּינאָקיאָ און די דריי קליינע חזירים
  • סיימאָן דזשיי סמיט אַלס די דריי בלינדע מייז
  • קריסטאָפֿער נייטש אַלס די דריי בלינדע מייז און טעלאָניוס
  • אהרן וואָרנער אַלס דער שלעכטער וואָלף
  • דזשים קאַמינגס אַלס דער קאַפּיטאַן פֿון די היטערס
  • קאַטלין פֿרימאַן אַלס אַן אַלטע פֿרוי
  • ענדרו אַדאַמסאָן אַלס דער מאַסקאָט פֿון דולאָק
  • באָבי בלאָק, עליסאַ גבריאלי און עדי מערפֿי אַלס די דריי בערן
  • מייקל גאַלאַסאָ אַלס פּיטער פּען