שמעון נתן נטע בידערמאן (ירושלים)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי שמעון נתן נטע בידערמאן (ה׳ כסלו ה׳תר״ץ - ד׳ אב ה׳תשס״ד) איז געווען לעלאווער רבי אין ירושלים.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי שמעון נתן נטע איז געבוירן געווארן אין טבריה צו זיין פאטער, רבי יעקב יצחק, זון פון דעם לעלאווער רבי׳ן פון קראקע, רבי שמעון נתן נטע , און צו זיין מוטער, מרת חוה שרה שיפמאן. ער האט געלערנט אין חיי עולם.

ער האט חתונה געהאט מיט מרת זעלדא פרומא (א׳ כסלו תרצ״ג - י״ז אדר תשע״ז), טאכטער פון רבי דוב בער הירשמאן.

ער האט געגרינדעט די מוסדות ״אור יעקב״ אין ירושלים און אין בית שמש, און די מיידל-שולע ״בית עולות״.

ד׳ אב תשס״ד איז ער נפטר געווארן און מען האט אים באערדיקט אין הר הזיתים.

זיין ממלא מקום איז זיין זון רבי אלטער ישראל בידערמאן.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]