שלמה עמאר (מאראקעש)

פֿון װיקיפּעדיע

הרב שלמה בן אברהם עַמאַר (נפטר ה'תצ"ה) איז געווען רב און ראש ישיבה אין דער שטאט מאראקעש, מאראקא.

ער איז געבוירן און דערצויגן אין מאראקא אין מאַראַקעש. זיין נאנטער חבר איז געווען הרב אברהם אזולאי בן ישראל.

ער האט געוואוינט אין מאראקעש און האט געארבעט פאר דער תורה זיין גאנצן לעבן מיט הרב אברהם אזולאי. געלערנט ביי הרב יצחק דילויה. ער האט געלערנט קבלה ביי רבי יעקב מאראגי אין דער שטאט טיטואן.