שלום רובין
מראה
רבי שלום רובין זצ"ל (כ"ו אלול ה'תרט"ז - ה'תרפ"ד), פון ריישא.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שלום איז געבוירן ערב שבת קודש כ"ו אלול ה'תרט"ז, צו זיין פאטער פון הרב מאיר רובין, פון גלוגוב, א זון פון הרב מנחם מענדל רובין פון גלוגוב, (אן איידעם פון הרב מאיר ראטטענבערג פון אפטא, דער אור לשמים), א זון פון הרב אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ. און צו זיין מוטער מרת מירל גאלא א טאכטער פון הרב יוסף אונגאר, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, דער דאמבראווער רב.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שלום איז געווען גלאגאווער רבי אין ריישא.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שלום איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרפ"ד.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מאנטאג י"ב איירה'תרכ"א - אין עלטער פון פינף יאר - איז רבי שלום געווארן פארלויבט אין נאכהער געהייראט מרת חנה מינדל א טאכטער פון הרב שמחה שפירא פון לאנצהוט. זייערע קינדער:
- מרת טויבא חוה ( - ה'תש"ל), די ווייב פון הרב אברהם דוד רובין (ה'תרמ"ז - ה'תשכ"ג) לאנצהוטער רב אין קראון הייטס.
- מרת מירל גאלא. די ווייב פון הרב חיים משה האלבערשטאם פון קראון הייטס.
- מרת פייגא רחל. די ווייב פון הרב משה קארניצער.
- מרת רבקה הענטשע
- מרת חנה מינדל
- הרב שמחה אליעזר רובין, ער האט געהייראט מרת ביילא א טאכטער פון הרב יצחק הורוויץ פון מעליץ.
- נפתלי שמואל, מאיר, רעכיל, אברהם דוד
- הרב שלום רובין
- הרב מנחם מענדל רובין.
- הרב אלעזר רובין הי"ד.
- הרב שמחה רובין פון ניו יארק.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר