לדלג לתוכן

שיגערו מיאמאטא

פֿון װיקיפּעדיע
שיגערו מיאמאטא
宮本茂
געבורט 16 נאוועמבער 1952 (אלט 72)
יאפאן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה יאפאן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

שיגערו מיאַמאָטאָ (יאפאניש: 宮本 茂, ענגליש: Shigeru Miyamoto, געבוירן דעם 16טן נאוועמבער 1952) איז א יאפאנישער שפיל אויספארמירער. ער האט געשאפן די "דאָנקי קאָנג", "מאַריאָ", "פיקמין" און "די לעגענדע פון זעלדאַ" ווידעא שפיל סעריעס פאר נינטענדאָ.

ער איז איינער פון די מערסט בארימטע שפיל אויספארמירערס אין דער וועלט און איז אפט גערופן דער "פאטער פון מאדערענע ווידעא שפילעריי". זיינע שפילן אויסגעבן די שפילער פילע וועגן צו שפילן און אויספארשן. דאס איז געווען אייגנארטיקער אין ווידעא שפילן ווען זיינע ערשטע שפילן זענען באפרייט געווארן.

מיאַמאָטאָ האט אנגעהויבן ארבעטן פאר נינטענדא אין 1977 אלס א קינסטלער ווען נינטענדא איז געווען נאר א שפילכלעך און קארטן פירמע. אין 1980 האט ער געמאכט "דאָנקי קאָנג", וואס איז געווען זייער געראטן. מיאַמאָטאָ איז געווארן נינטענדא'ס הויפט פראדוצירער, און ער העלפט מאכן א סאך בארימטע שפילן פאר נינטענדא היינט.