נינטענדא 64
די נינטענדא 64 אדער N64 (ענגליש: Nintendo 64) איז געווען די דריטע ווידעא שפיל קאנסאל באפרייט דורך נינטענדא. זי איז באפרייט געווארן אין 1996 און איז געווען פלאנירט צו קאנקורירן מיט די סאני פלייסטיישן און סעגא סאטורן. די נינטענדא 64 איז געווען נינטענדא'ס ערשטע קאנסאל געמאכט פאר דריי דימענסיעדיקע גראפיק. זי נוצט פלאסטיק קארטרידזשן אנשטאט דיסקן, וואס מאכט די שפילן לאדן זיך שנעלער. צוליב דעם זענען די שפילן געווען טייערער צו פאבריצירן. דער קאנטראלער פאר די נינטענדא 64 איז געווען אין דער פארעם פון אן "M" מיט צען קנעפלעך און א דזשויסטיק.
געהעריקע שפילן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דער נייער טעטריס
- די לעגענדע פון זעלדא: אקארינא פון צייט
- גאָלדנאויג 007
- סופער מאריא 64
- סופער סמאש ברידער
- סטאר פוקס 64
- קערבי 64: די קריסטאל ברעקלעך
- די לעגענדע פון זעלדא: מאדזשאָרא'ס מאסקע
נינטענדאָ | ||
---|---|---|
היים קאָנסאָלן | ||
מאבילע קאָנסאָלן | די שפיל און זייגער סעריע • די גיים בוי סעריע • ווירטועל בוי • גיים בוי קאליר • גיים בוי אדוואנס • די נינטענדאָ DS סעריע • נינטענדאָ 3DS • נינטענדאָ סוויטש | |
הויפט סעריעס | מאריאָ • די לעגענדע פון זעלדא • פאקעמאן • מעטרויד • דאָנקי קאָנג • קערבי • סטאר פוקס | |
וויכטיגע מענטשן |