שטערן רייזע

פֿון װיקיפּעדיע
אלטע לאגא

שטערן רייזע (ענגליש: Star Trek) איז אן אמעריקאנישע מאסן מעדיע קאָנצעסיע, געשאפן פון דשזין ראָדענבּערי, און האט פארדינט ביליאנען אין הכנסות. די קאנצעסיע ענטהעלט ראדענבערי'ס אורשפרינגליכע טעלעוויזיע סעריע "שטערן רייזע", וואס איז אויסגעשטראלט געווען פון ה'תשכ"ו ביז ה'תשכ"ט, און ווייטערע פונף סעריעס, צוולף פילמען, א סך ביכער, שפילווארן און נאך. "שטערן רייזע" האטע א גרויסע השפעה אויפן פאלקסקולטור, דורך זיינע ליבעראלע השקפה - צום ביישפיל, די כאראקטער טרופע איז שטענדיק געווען צווישנראַסנדיק - און השראה פאר טעכנאלאגישע חידושים.

די אלגמיינע סוזשעט פון די פארשידענע סעריעס און פילמען האנדלט פון די ווייטע צוקונפט. די מענטשליכע ראסע האט געבויט קאסמאסשיפן און האט אנגעהויבן אויספארשן די מילכיגער וועג גאלאקסיע. צוזאמן מיט פארשידענע אויסערערדישע בריות פון א סך פלאנעטן האבן זיי געגרינדעט די פֿעדעראַציע, א פארשריטענע מאכט וואס פארזוכט דאס גוט צו פאדערן. די פעדעראציע אפערירט די שטערן פלאט, וואס איז געווידמעט צו פרידלעכע אויספארשונג. אבער די קאסמאס ענטהעלט אויך אנדערע, בייזע מאכטן, און קעגן זי מוס זיך די פלאטע פארטיידיקן. הויפטליך זינד די באגעגענישן פון די שיף "ענטערפרייז" (פירנעמונג) געצייגט.

אם די ערשטע סעריע, "שטערן רייזע", איז די ענטערפרייז געפירט פון דעם מענשטליכן קאפיטאן דזשיימס ט. קירק (געשפילט פון וויליאם שאטנער) און זיין משנה ספּאָק (לענארד נימוי), א מישלינג וואס איז האלב-ווּלקאַניש - א ראסע וואס האט זיינע עמאציע'ס גאנץ פארשטיקט און האנדעלט נאר אויף ריינע לאָגיק. נימוי, א ייד, האט נאכגעפורמט די "וולקאנישע באגריס" נאך די וועג וואס מ'האלט די הענט ביי ברכת כהנים. צוזאמען, ספאק און קירק פארשן די קאסמאס און קעמפן קעגן פיינט ווי די קְלינְגְאָנער און די ראָמוּלאַנען.

א צווייטע סעריע, "שטערן רייזע: דער קומענדיקער דור" (Star Trek: the Next Generation) איז אויסגעשטראלט געווען פון תשמ"ז ביז תשנ"ד. עס האנדלט אום א נייע "ענטערפרייז", מיט קאפיטאן דזשאַן-לוּק פִּיקאַרד. געהאלפן פון זיין אפיצירן מאנשאפט - דער משנה וויליאם ראַיקער, אינזשעניר דזשאָרדי לאַ פאָרדזש, דער קלינגאנער זיכערהייט'ס אפיציר וואָרף און דער ראבאט דאַטאַ - רייזט די שיף דורך די גאלאקסיע און קאנפראנטירט שרעקן ווי די בּאָרג, א האלב-ארגאנישע, האלב-ראבאטישע ראסע וואס פארזוכט אלע לעבעדיקע בריות צו 'אסימילירן' אין זיך. אירע לאָזונג איז: "מיר זינד די בארג. ווידערשטאנד איז צוועקלאס. איר וועט זיין אסימילירט."

א דריטע סעריע, "טיף רוים 9" (Deep Space 9) איז געזענדט געווען צווישן תשנ"ג און תשנ"ט. זי צייגט די געשעענישן אויף א קאסמאס סטאנציע מיט דעם נאמען. דער קאפיטאן סיסקאָ מוז אנטפלעקן זיין גורל אלס דער שליח פון די נביאים פון די פלאנעט בּעיידזשאָר, וואס האט פארבעטן די שטערן פלאט אין נאך די אפטראט פון די קארדאסיאנישע באזעצער, און צו אופהיטן די פעדעראציא פון די דאָמיניען, א בייזע קאסמאס רייך. וייטערע דריי סעריע און פילמן און א זוי וייטער זינד געמאכט געווען.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: שטערן רייזע