שארית הפליטה (ארגאניזאציע)
צו מיינט איר שארית הפליטה אידן?
נאך דעם חורבן אייראפע האט דער קלויזענבורגער רב געגרינדעט און אנגעפירט די ארגאניזאציע שארית הפליטה, א נעצווערק פון אנטשטאלטן (מוסדות) פאראנטווארטליך פאר דער הילפס-ארבעט פאר די יידן וואס האבן איבערגעלבט דעם שווערן חורבן אייראפע. די טעטיגקייטן פון שארית הפליטה:
- דער שארית הפליטה האט אנגעפירט מיט א נעץ פון ישיבות און בית יעקב שולעס אין דריי און צוואנציג לאגערן אין דייטשלאנד, עסטרייך און פראנקרייך. ס'האט געלערנט אין די דאזיגע חנוך אנטשטאלטן אומגעפער זעקס הונדערט בחורים און צוועלף הונדערט מיידלעך.
- דער שארית הפליטה האט אויפגעשטעלט תלמוד תורות וואו ס'האבן געלערנט טויזנטער קינדער.
- דער שארית הפליטה האט געשאפן אין די לאגערן פאכשולעס, אויף צו קענען לערנען א פאך.
- דער שארית הפליטה האט אויפגעשטעלט א בית יעקב סעמינאר, וואו ס'איז געווארן אויסגעבילדעט לעהרער פאר די בית יעקב מיידלעך.
- דער שארית הפליטה האט איינגעפירט כוללים, וואו אומגעפער פיר הונדערט פארהייראטע יונגעלייט האבן געלערנט זיבן שטונדן א טאג און געווארן מאטעריעל אויסגעהאלטן.
- דער שארית הפליטה האט אויסגעצאהלט אלע אויסגאבן פאר די חתונות פון די בחורים און מיידלעך.
- דער שארית הפליטה האט פארזארגט די אלע תלמידים און תלמידות מיט עסן, קליידונג, מעדיצינישע זאכן, שלאפן, ווי אויך גייסטישע נויטיגקייטן - רבנים, ראשי ישיבות, מלמדים, שוחטים און משגיחים.
- דער שארית הפליטה האט איינגעפירט דאס די וואס נויטיגן זיך אין שפיטאל באהאנדלונג זאלן זיי דארטן באקומן כשר'ע שפייזן.
- דער שארית הפליטה האט פארזארגט און אונטערגעשטיצט אומגעפער זעקס טויזנט נפשות פאר א בודזשעט פון דריי הונדערט און זעכציג טויזנט דאללער א יאר.
די אויפגעבע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווען דער צווייטער וועלט קריג האט ג'ענדיגט און די "D.isplaced P.ersons" די יידן וואס האבן איבערגעלבט דעם שווערן חורבן אייראפע זענען אזוי געזאגט "באפרייט" געווארן, דעמאלט זענען זיי הערשט געווען "ארעסטירט".
"ארעסטירט", צוריק קערען צו זייערע היימען פון וואו מ'איז געקומען האט מען נישט געקענט, ס'איז געווען אינגאנצן פארניכטערט, קיין ארץ ישראל האט מען נישט געקענט ארויף איבער דעם ביטערען פארבאט פון די ענגלישע רעגירונג וועלכע האט געהאלטן דעם מאנדאט איבער ארץ ישראל, צו פארן קיין אמעריקא דעם "מלכות של חסד" האט געפאדערט און יענע צייטן א געוואלדיגע שווערע פאפיער ארבייט צו קענען ערלעדגען א וויזע, זעלבסט פארשטענדליך און די לאגערן האט געברענט די הויט, אבער "באפרייט".
אינטער די אומשטענדען האבן די יידן פראבירט זיך צייטווייליג צוזאמען צונעמען און זיך איינארדענען אין דייטשלאנד, דערפאר האט זיך געגרידערט פארשידענע צענטראלע קאמיטעס מיט די געלט שטיצע פון פארשידענע אויסלענדישע ארגאניזאציעס, וועלכע האבן זיך באפעסטיגט אין מינכען אין לאגער פון בערגען-בעלזען, און אין בערלין. די אויפגאבע פון די קאמיטעס איז געווען צו זארגען און פארזארגען די געראטעוועטע יידן מיט אלע זייערע פראבלעמען און באדערפענישען, אבער דעם פירערשאפט און באהערדע זענן פארכאפט געווארן דורך די פרייע אדער ציוניסטישע ארגאניזאציעס, וועלכע זענען פאר דעם פרומען ייד נישט געווען בייהילפיג.
דער קלויזענבורגער רב האט גענומען זיין באשלוס, זיין ערשטע אויפגאבע נאך דעם באפרייאונג, זארגען אז די פרומע יידן זאלען נישט דארפען זיך איינבעטען ביי די אלע פארפרעמדע ארגאניזאציעס, און אויפשטלען אן אייגענע ארגאניזאציע וועלכע זאל זארגען פאר די פראבלעבן פון דעם פרומען ייד, און אויפשטעלען פאר זיי אנשטאלטן פון תורה און חסד.
ליסטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]טייל פון די ערטער וואו דער שארית הפליטה נעצווערק האט פונקציאנירט מיט אירע טעטיגקייטן:
|
פערנוואלד
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]צווישען יום כפור און סוכות ה'תש"ו האט דער קלויזענבורגער רב זיך אריבער געצויגן קיין פערנוואלד, וואו ס'האט זיך ביז א קורצער צייט אנטוויקלט אלס א צענטראלע פון תורה און יידישקייט, און וועלכער האט געדינט אלס דער הויפט פונקט פון שארית הפליטה.