שאקאל

פֿון װיקיפּעדיע

דער שאַקאַל איז א נאהנטער קרוב צום וואלף. ער לעבט אין דרום-אפריקע, אזיע און טערקיי. נאך זיין גרויס און זיין קאליר זעהט ער אויס ווי א פוקס, וועלכע שמשון הגיבור האט געכאפט, אנגעבונדען אן זייערע עקען פאַקלען און אנגעצונדען די תבואה פון די פלשתים. די שאקאלן טרייבען זיך אויך ארום באנדעס ווייז, וואיען מיט א קלאגעדיגען קול און שטערן דעם שלאף פון מענטשן. זיי מאכן אויך אן פיעל שאדענס אין די וויינגערטנער, ווייל זיי גלייכן זעהר טרויבן. זיי רויבן אויך אין די שטאלן.