ש"ץ מ"ץ

פֿון װיקיפּעדיע

ש"ץ מ"ץ איז די ראשי תיבות פון 'שליח ציבור' - 'מורה צדק'.

דאס זאגט מען אויף איינער וואס איז געשטעלט געווארן אין א קליין שטעטל, אדער אין א קליינער קהילה, צו דינען אלס פארזארגער פאר אלע רעליגיעזע זאכן וואס מ'דארף טון, און ס'נישטא קיין צווייטער נאר ער. דאן איז ער סיי מורה-צדק - א דיין, סיי שליח ציבור - סיי חזן, סיי שוחט, סיי מוהל, סנדק, גבאי, בעל קורא, משגיח, מגיד שיעור, און וואס נישט...

אויף יודיש איז דא אן אויסשפרוך; יענער איז דער גאנצער ש"ץ מ"ץ! דאס טייטש יענער איז דער גאנצער עסקן פונעם פראיעקט צי ארגאניזאציע.