רעוא דרעוין
מראה
רעוא דרעוין איז א ה'תשע"א חסידישע מוזיק אלבאם פונעם חסידישן בעל מנגן רבי ירמיה דאמען רעקארדירט אין ירושלים.
עס איז דער דריטע אין די סעריע עתיקא קדישא און די פערטע אין די יצחק ירנן סעריע, וועלכע אנטהאלט ניגונים אויף די סעודה שלישית וועלכע ער האט מקובל פון זיין טאטן רבי איטשע - א ראזוואדאווער חסיד פונדערהיים.
דער אלבאם איז אויסגעארבעט דורך זיין זוהן רבי משה יוסף דאמען פון אנטווערפן אין צוזאמענארבעט מיט רבי יוסף משה כהנא פון לחיים הפקות און ווערט פארשפרייט דורך גרינטק.
טענות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אויף די סאטמאר געשטימטע וועב זייטל אידישע וועלט האט זיך געטוהן א העצעריי אויף דעם וואס ער האט געזינגען בבואו מאדום און דרור יקרא אויפן היינטיגן בעלזער נוסח וואס איז עטוואס אנדערש ווי די טראדיציאנאלער נוסח.
אינהאלט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ניגונים זענען עפ"י רוב אלטע ראפשיצער ניגונים פונדערהיים.
- ניגוני התעוררות
- אל מסתתר
- שבת היום
- אודה (זינגט ער מיטן טל ניגון פון יאסעלע ראזענבלאט)
- א ניגון שמחה אויף אין כאלוהינו
- יצוה
- דרור יקרא
- ברוך אל עליון
- יום זה מכובד
- שיר המעלות