לדלג לתוכן

רבי אבא

פֿון װיקיפּעדיע

רבי אבא איז געווען אן אמורא אין דעם דריטן דור פון די אמוראים, אין בבל אין 2־טן יאָרהונדערט; רבי אבא האָט געוואוינט צוערשט אין בבל און דערנאָך איז ער אוועק קיין ארץ־ישראל[1]. די שפּעטערדיקע אמוראים, װאָס זענען געווען אין בבל האָבן גערופן רבי אבאן רבותינו שבארץ־ישראל ("אונזער רבי פון ארץ ישראל")[2]. אין דער גמרא ווערן פון אים געבראכט א סך הלכות און דברי אגדה; די גמרא דערציילט, אז רבי אבא האָט אזוי ליב געהאט ארץ־ישראל, אז ווען ער איז געקומען פון בבל קיין ארץ־ישראל און איז צוגעקומען אין דער שטאָט עכו, וואו עס איז די גרעניץ, האָט ער געקושט די שטיינער פאר גרויס ליבשאפט צום לאנד[3]. עס װערט אויך דערציילט, אז ער פלעגט געבן צדקה אז קיינער זאָל נישט באַמערקן, און דעריבער האָט ער זיך אָנגעטאָן א זעקל מיט מטבעות און עס אױפגעהאָנגען אויף די פּלײצעס, כדי די אָרימע לייט זאָלן פון דאָרט נעמען געלט, און ער זאָל ניט זען, ווער עס נעמט[4].

רבי אבא א תלמיד פון רב הונא, רב יהודה און פון אביי[5], ער איז געווען א חבר און א תלמיד פון ר' אמי, עס איז באקאנט מיט איהם די סוגיא נסכא דר' אמי[6].

די גמרא זאגט[7] די הלכה בלייבט ביי דיני ממונות ווי ר' אבא וויבאלד ער איז א דיין פון ארץ ישראל און איז נחית לעומקא דדינא, ער גייט אריין אין די טיפעניש פונעם דין.

פאר ער איז ארויף פון ארץ ישראל קיין בבל, האט ער זיך נישט נישט געוואלט באווייזן פאר זיין רבי / חבר ר' יהודה, ווייל ר' יהודה האלט אז מען טאר נישט ארויף גיין פון בבל קיין ארץ ישראל, וויבאלד ירמי' הנביא האט געזאגט פאר אידן בבלה יובאו[8]. ער האט מתפלל געווען פאר ער איז ארויף קיין ארץ ישראל יהא רעוא דאימא מילתא דמתקבל[9] השי"ת זאל העלפן איך זאל זאגן זאכן וואס מיינע חברים זאלן גלייכן.

ער איז דערנאך צוריק געגאנגען קיין בבל, ווייל מען געפונט אים דערנאך אין בבל[10].

יעדן ערב שבת האט ער געקויפט פון דרייצן פלייש געשעפטן פלייש לכבוד שבת, ער האט נישט געוואלט אז די פלייש געשעפטן זאלן בלייבן מיט פלייש, ווייל דעמאלטס וועלן איבער א וואך צושטעלן ווייניגער פלייש פאר שבת פארן ציבור, דעריבער האט ער אפגעקויפט אלע איבעריגע פליישן[11].

אויך איז געווען מיטן נאמען אבא:

  • אבוה דשמואל, דער פאטער פון דעם אמורא שמואל
  • רב אבא, אן אמורא אין זעקסטן דור, א חבר פון רב אשי.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. ברכות כ"ד
  2. סנהדרין י"ז
  3. כתובות קי"ב
  4. כתובות ס'
  5. דער סדר הדורות זאגט אז דער ר' אבא איז אויך רבי אבא בר ממל.
  6. ב"מ כד:
  7. מס' שבועות
  8. ברכות כד.
  9. ביצה לח.
  10. חולין מג:
  11. שבת קיט.

קוואלן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]